Original scan
Original memorial-book scan 475
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1118

איינמאל באנאכט זענען מיר רייטנדיק אויף אונדזערע פערד פארבייגעפארן נעבן א באן- סטאנציע. די בעלי-חיים האבן מיר געהיט ווי אן אויג אין קאפ, ווייל זיי זענען געווען אונדזער וויכטיקסטער קאמוניקאציע מיטל. מיר האבן זיי געפיטערט ווי געהעריק, לויט אונדזערע בעסטע מעגלעכקייטן, און ווען מיר האבן געזען אז זייערע כוחות גייען אויס -- האבן מיר געביטן אויף אנדערע, פרישערע און געזינטערע פון זיי, וואס מיר האבן קאנפיסקירט אין וועג. נעבן די שיידוועגן פלעגן מיר זיך פאנאנדערטיילן און רייטן אין פארשיידענע ריכטונגען הין און צוריק, כדי צו פארפירן דעם שונא. און אט איז איינמאל ווען מיר זענען פארבייגעפארן די באן-סטאנציע האב איך זיך דערווייטערט פון מיין אפטיילונג כדי צו בייטן מיין פערד. צוריקקומענדיק איז קיינער ניט געווען. דעם פערד האב איך וואס אן אמת געביטן און כ'האב אויך געהאט מיט זיך א ביקס, אבער געבליבן בין איך אליין. א וואך צייט האב איך ארומגעבלאנקעט ניט זעענדיק קיין לעבעדיקן נפש. פון צופיל מידקייט איז מיר דער ביקס שטארק צו-לאסט געווען און איך האב מיך ,פריינטלעך" געזעגנט מיט אים. דעם אכטן טאג בין איך געקומען אין א דארף. איך בין אריין אין איינער א כאטע און געפרעגט די איינוווינער צו האבן זיי געזען אין דער געגנט רייטער מיט פערד.

passage_a6a5b89ce993720fcaffaabb
Passage 2normalized OCR · source chars 1120-1892

,יא, יא! געוויס האב איך געזען" -- האט געענטפערט דער באלעבאס. ,;זיץ א וויילע. רו זיך אפ. איך קום באלד צוריק". -- ווייזט זיך אויס אז דאס איז געווען דער סאלטיס פון דארף. כ'האב אויסגענוצט דעם מאמענט פון זיין ארויסגיין און כ'האב מיך אפגעטראגן פון דארט. כ'האב געלאזט מיין פערד און מיין גאנצע ,האב-און-גוטס". נאכדעם בין איך אריין אין עטלעכע הייזער און באפוילן די איינוווינער געבן מיר עסן און ניט טאן מיר קיין בייז, אויב זיי ווילן ניט האבן צו טאן מיט די פארטיזאנער וואס גייען נאך מיר. צום ענדע בין איך אריין אין איינער א הייזקע און ווידער געפרעגט אויב זיי האבן ניט געזען איז דער אומגעגנט פערד-רייטער. נאכדעם ווי כ'האב זיי צוגעזאגט א געהעריקן לוין, איז די ווירטין געגאנגען מיט מיר ווייזן דעם וועג, און צום צענטן טאג פון מיינע וואנדערונגען בין איך צוריקגעקומען צו אונדזערע מענטשן.

passage_afa30b3d1a336dffc27a3cba
Passage 3normalized OCR · source chars 1894-2696

איינמאל זענען מיר ארומגערינגלט געווארן דורך די דייטשן, און זיי האבן אונדז באשאסן פון אלע זייטן. אונזער לאגע איז געווען האפנונגסלאז, און מיר האבן זיך שוין געזעגנט איינער מיטן אנדערן. א טיל פון אונדז איז געלונגען אדורכרייסן דעם שונאס רייען און אנטלויפן איבערלאזנדיק די פארוווּנדעטע. באלד איז געגעבן געווארן א באפעל אומצוקערן זיך און ארויסראטעווען די פארוווּנדעטע. אין צעפלאקערטן שלאכט זענען א סאך געפאלן. אויך ביי בראד זענען געפאלן אסאך פון אונדזערע מענטשן און מיט זיי אויך מערער דאמבראוויצער יידן. דער שפיאנאזש אפאראט פון שונא איז ווייזט אויס געווען זייער פארצווייגט, ווייל ניט איינמאל איז געשען, אז קומענדיק אויף א געוויסן ארט זענען מיר באמבארדירט געווארן דורך זיינע אעראפלאנען. דל ריכטונג פון אונזער צוריקציען זיך האבן מיר שטענדיק באשטימט לויט דער ריכטונג וווּ עס זענען געפלויגן דעם שונאס אעראפלאנען.

passage_a7b64b4f0504fb0834b36044
Passage 4normalized OCR · source chars 2698-3315

אין לעמבערג זענען מיר געקומען אין בארירונג מיט דער רויטער ארמיי איך בין נאמינירט געווארן אלס הויפט-שוועסטער אין א טראנספארט פון פארווונדעטע און טיפוס- קראנקע אין הינטערלאנד. א טייל זענען געלעגן אויף דער ערד. א וואך צייט האב איך דערפילט די פונקציע אין דער רויטער ארמיי. אין דער זעלביקער וואך האבן מיר געגראבן א קבר איינעם א פארטיזאן וואס איז געראטעוועט געווארן פון א סאך קאמפן און איז געפאלן צופעליק. אויף זיין קבר האב איך געזאגט א קורצע טרויער-רעדע... נאך דעם האב איך אנטגילטיק באשלאסן אוועקגיין פון די פארטיזאנער און טאן עפעס פאר זיך. ווען מיר האבן זיינער צייט איינגענומען עמילטשאנא האב איך מיר אינטים באפריינדעט 6

passage_4cd9fa8ca1fc8dba1a73f80d