Original scan
Original memorial-book scan 476
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-526

מיט איינער א דארפס-מיידל. איצטער. נאכדעם ווי די געגנט איז אפגערייניקט געווארן פון שונא, בין איך געגאנגען צו איר אין הויז. צו אונז זענען צוגעשטאנען עטלעכע פורמאנעס און יונגעלייט וואס אויך זיי זענען געגאנגען אין זעלבן וועג. מיין חבר'טעס הויז איז געבליבן אויפן ארט, און איר פאמיליע איז געווען אין ארדנונג. איך בין געווען ביי זיי א קארגן מאנאט ביז כ'האב אנגעהויבן ארבעטן אלס באמטע אין א ביורא פון א גרויסן טארטאק צום זעגן האלץ. כ'האב געמוזט בייטן מיין וווינונג און יעדן זונטיק האב איך פארבראכט אין דער געזעלשאפט פון מיין פריינדין.

passage_7c5e73cb9eeb5a65d7d92eed
Passage 2normalized OCR · source chars 528-1594

אזוי האבן זיך געצויגן עטלעכע מאנאטן, ביז ס'איז דערגאנגען צו מיר א קלאנג, אז פינסק איז באפרייט געווארן. כ'האב באשלאסן אומקערן זיך א היים. כ'האב איינגעארדנט א פאספארט און געקומען קיין סארנע. כ'האב געוואלט פארזעצן מיין וועג אין דאוויד-האראדאק, נאר באקאנטע וואס כ'האב באגעגנט אין סארנע האבן מיר ניט געלאוט פּאָרן ווייל -- ,דארט איז ניט געבליבן קיין זכר פון קיין יידיי. ניט ווילנדיק בין איך פארבליבן אין סארנע און אנגענומען דעם פארשלאג צו ארבעטן אלס באאמטע ביים קאמיסאר פון שטאנד-מיליטער אין סארנע. אויך אין נ.ק.וו.ד. האט מען מיר פארגעלייגט ארבעטן, אבער כ'האב מיך ענטזאגט. אין א קורצער צייט ארום, אז מ'האט מיר פארארדנט גיין אויפן פראנט צוזאמען מיט מיין קאמאנדע, האב איך איינגעשטימט צושטיין צום נ.ק.וו.ד. עס איז מיר געשאנקען געווארן אן אפיצערן ראנג און איך בין אריבער וווינעז נעבן דער וווינונג פון קאמיסאר. איידער כ'האב אנגעהויבן ארבעטן, האב איך באקומען אן אנקעטע וואס כ'האב קיינמאל אזא לאנגע און אויספירלעכע ניט געזען. כ'האב אנגעהאלטן ביי דער ארבעט עטלעכע מאנאט. אין יענעם פעריאז' האבן נאך די באנדעראווצעס געבושעוועט אין שטאט און דער אומגעגענט, געראבעוועט און פאגראמירט.

passage_d9ef5013be1826f079779e56
Passage 3normalized OCR · source chars 1596-2561

די נ.ק.וו.ד. אוניפארם האט מיר געשיצט. געראטעוועט האט מיר ניט איינמאל אויך דער פאקט, וואס איך בין פיל מאל דערשינען צוזאמען מיטן קאמיסאר -- נאר מיר ביידע -- און יעדער אזא ארויסטריט האט געלאזט א גוואלדיקן איינדרוק אויף אלעמען און, האט צוריק- געהאלטן די אלע, וועלכע האבן וואס ניט איז געפלאנט קעגן מיר. מיט דער קראפט פון אט דער נאענטקייט צום פראקוראטאר האב איך אויך ארעסטירט עטלעכע גויים אין וועלכע כ'האב דערקענט יידן-מערדער. אין א געוויסן טאג האב איך באשלאסן פאָרן קיין עמילטשאנא אויף א געזעגענונגס-באזוך. ניט קענענדיק זיך דערלויבן פארן פאר מיין געהאלט, בין איך געווען געצווונגען פארקויפן פאפיר אויף הויכע פרייזן צו דעקן די רייזע-קאסטן. מ'האט מיר אבער געכאפט און ארעסטירט. אן נ.ק.וו.ד. אנגעשטעלטער, וואס מ'האט אים ארעסטירט פאר אזא פאל ביי אן ענלעכער געשיכטע, איז באשטראפט געווארן צום אפרעכענען פינף און צוואנציק פראצענט פון זיין געהאלט ביז ער וועט ענדיקן זיין דינסט. -- נאך פיל באמיאונגען בין איך באפרייט געווארן און מ'האט איבערגעשיקט א באריכט וועגן מיר קיין סארנע.

passage_f3f68ab755ad1958705c20e3
Passage 4normalized OCR · source chars 2563-3162

אז איך בין אהין צוריקגעקומען האב איך ווידער" גענאסן פון קאמיסאר'ס צוטרוי און פון מיין געהאלט האט ער אפילו א גראשן ניט אפגערעכנט. די טראנספארטן פון פארזארגונג און מיליטער זענען אלע אדורך דורך סארנער סטאנציע, וועלכע האט אויך געדינט פארן מיליטער אלס לאגערונגס-ארט. און ווען א מיליטערישער צוג פלעגט זיך אפשטעלן דאן פלעג איך אריינלייגן אין מיין רוקזאק צוויי"דריי פלעשער בראנפן און גיין צו דער סטאנציע מאכן א בייט מיט די סאלדאטן אויף קליידער, ווייל די באנען זענען געווען פול מיט אלדאס גוטס. איינמאל, ווען איך בין אהינגעקומען האבן באן-נ.ק.וו.נ.-זשאנדארמען ארומגערינגלט די באן און געמאכט אונטערזוכונגען. 17

passage_ab4937118c440a1e5b60dea0