איידער מ'האט מיר באזוכט האב איך באוויזן אוועקווארפן די פלעשער בראנפן. אז מ'האט מיר געבראכט צו מיין קאמיסאר, האב איך מיך געמאכט ניט וויסנדיק און געזאגט אז איך בין אהין געגאנגען אלס נ.ק.וו.ד. אפיצער. אין א האלבן מאנאט ארום האב איך געבעטן מיר באפרייען פון נ.ק.וו.ד. און אן אויס- וואנדערונגס-שיין. מיין קאמיסאר האט מיר דעומאנט מיין... ארעסט. אבער צוזאמען מיט דעם האט ער מיר געשיקט מיט א בריוו -- וואס זיין אינהאלט ווייס איך ניט ביז היינט -- צום ראוונער קאמיסאר. די וועכטער האבן מיר ניט געלאזט אריין צו אים, און מיר געפרוווט אפריידן מיט פארשיידענע אויסריידן. איך האב מיך אבער געהאלטן ביי מיינס און אריין. ער האט איבערגעלייענט דעם בריוו און מיר צוריקגעשיקט מיט אן אנדער געשטעמפלטן בריוו, וואס אויך זיין אינהאלט איז מיר ניט באוווּסט. כ'האב איבערגעגעבן דעם בריוו דעם סארנער קאמיסאר, און אלע שטערונגען פון מיין וועג זענען באזייטיקט געוואר]ן... איך בין געפארן צו דער פרייהייט. גרויזאמע געטא-שחיטות אין רובליע, דאוויד-האראדאק און סטאלין אין אבריוו קיין דעטראיט
מיכאל נאסאנטשוק פון רובליע, גיט איבער 1" שוידערליכע געשעענישן איץ א ברטו צו חיט ברודער בערל נאסאנטשוק פון ווינדזאַר. -- דער שרייבער פון בריוו איז א:טלאפן פון רובליע און זיך אנגעשלאָסן אן די אנטי-נאצי פארטיזאנען און שפעטער אן דער ררטער ארמי. -- איבערגעגעבן אין ,פארווערטס* פון יעקב נאסאנטשוק פוץ דעטראיט. א בריוו מיט אלע שוידערלעכע איינצעלהייטן פון די שחיטות אויף די יידן פון די שטעטלעך רובליע, דאוויד"האראדאק און סטאלין, מינסקער גובערניע, איז ערשט ניט לאנג אנגעקומען א בריוו פון א רובליער יונגערמאן מיטן נאמען מיכאל נאסאנטשוק צו זיין ברודער בערל נאסאנטשוק אין ווינדזאר, א קאזין פון דעם באקאנטן דעטראיטער כלל-טוער, יעקב נאסנטשוק, פון 1979 גלין קארט, איינער פון די פירער פון די טוראווער און רובליער סאסיעטיס, וועלכער האט דעם בריוו איבערגעגעבן אין ,פארווערטס". דער שרייבער פון דעם בריוו איז דער איינציקער געראטעוועטער פון זיין פאמיליע און איינער פון א הייפל געראטעוועטע יידן פון רובליע און די אנדערע דערמאנטע שטעט. ער האט זיך געראטעוועט אינמיטן די שחיטות, ווי דורך א נס, און ער איז אוועק צו די פארטיזאנען און זיך אנגעשלאסן אן זייערע רייען. שפעטער איז ער געווארן א רויט-ארמייער. מר. יעקב נאסאנטשוק האט אונז איבערגעגעבן פאר פארעפענטליכונג צוויי בריוו. אין
דעם ערשטן בריוו גיט דער רויט-ארמייער אן אלגעמיינעם איבערבליק איבער דעם וואס ער האט איבערגעלעבט אין דעם צווייטן בריוו באשרייבט ער די איינצעלהייטן פון די שוידערלעכע שחיטות. אין דעם ערשטן בריוו שרייבט ער : ,היינט איז דער גליקלעכסטער טאג אין מיין לעבן -- אזוי האב איך געפילט לייענענדיק דעם בריוו געשריבן מיט מיין ברודערס האנט. וויפיל טעג און נעכט האב איך געטראכט נאר =88