וועגן איין זאך -- צי וועט איר כאטש וויסן פון דעם פינסטערן גורל, וואס האט אונדז געטראפן. אנטלויפנדיק פון דער פינסטערער געטא, פון דער דייטשער מערדערישער האנט, זיך ארומ- וואלגערנדיק אין אלע בלאטעס, לוזשעס. וועלדער און זומפען, איינזאם, עלנט, ערגער ווי א הונט. איז אין מיין געדאנק געווען נאר איין מחשבה -- ווי גיט מען צו וויסן מיין שוועסטער און ברודער ? וועט כאטש עמיצער פון אונדזער משפחה וויסן נאך מיין טויט, וואס איך האב איבער- געלעבט ? ניט איינמאל האב איך געוואלט א סוף מאכן צו מיין לעבן. נאר דערמאנענדיק זיך אן אייך, האב איך זיך געשטארקט. איך האב אלץ געהאפט -- אפשר, און האב מיט'ן גרעסטן מוט אלץ איבערגעטראגען. מיין איינציגע שטרעבונג איז געווען ווען עס איז צו נעמען געווער אין האנט און נקמה נעמען. ניט גרינג איז עס מיר אנגעקומעז אריינצוגיין אין פארטיזאנישן אטריאד. פון אטריאד בין איך אריין אין דער רויטער ארמיי. געווען אין ליטע, לעטלאנד, דערנאך אויפן פראנט הינטער ווארשע, און געענדיקט אינ'ם פינסטערן בערלין. פאר אונדזער אומשולדיק פארגאסן בלוט האב איך נקמה גענומען. נאר די גרויסע וווּנד קען זיך ניט פארהיילן". אין דעם צווייטן בריוו געשריבן מיט פינף טעג שפעטער (דעם 15-טן יאנואר, 1946) גיט דער שרייבער די פאלגענדע איינצעלהייטן וועגן די בלוטיגע שחיטות :
,אין 1941, ארום ט"ז אב (עס איז געווען א זונטיק, געדענק איך). איז פארגעקומען די גרויזאמע שחיטה אין דאוויד-האראדאק. מיט'ן אויסרייד, אז מען נעמט אויף ארבעט. האט מען אלעמען אויפגעקליבן און הינטער האראדאק דערשאסן. ,איך בין דאן געווען אין רובליע, נישט וויסנדיק פון גארניט. האבנדיק א ליידנשאפט צו כאפן פיש, בין איך אוועק אויפן טייך. יעקב אונדזער גאלדע'ס, איז געזעסן אין שטוב און ארום טיש זענען געזעסן זיינע חסידים. איך האב אים גערופן גיין מיט מיר. אבער עור" האט זיך גענומען וויצלען -- געזאגט, אז ער וועט קומען מיט א וואגען נאך די פיש. איך בין אליין אוועק. ,ארום 5 אזייגער נאכמיטאג האב איך דערהערט א שיסעריי פון ביקסן, איינס נאכן אנדערן... איך האב זיך געזעצט טיפער אין די קוסטעס און האב געווארט, ביז עמיצער וועט גיין פון דארף. דער ערשטער אנזאגער פון דער ביטערער בשורה איז געווען מארקא, דער בעזד דיעטניק... מיט א פאר שעה צוריק איז אלץ נאך געווען רואיק, יעדער איז געזעסן ביי זיין ארבעט, ווער אין קוזשניע, ווער עס האט גענייט. פלוצלינג אלע טויט. יעקב אויך. אט, ערשט האט ער חכמות געזאגט, און אט ליגט ער שוין א טויטער. פארוואס ? 53 קדושים זענען דאן דערמארדעט געווארן, און חנה'לעס פאטער און גיטלס מאן בתוכם.
,יעקב האט פארן טויט א פאר ווערטער ארויסגערעדט... מען האט זיי צוזאמענגענומען אין פאזשארנע, געבונדן אין דרייען, ארויסגעפירט אין די שייערן און דארט געשאסן... באלד איז אנגעקומען די ידיעה, אז אין האראדאק (דאוויד-האראדאק), איז שוין אויך נאך אלעמען. ,איך בין אוועק אומבאמערקטערהייט צו אוודייען, זועס אין הארישע. די גזלנים האבן גלייך געזען, אז איך בין ניטא צווישן די הרוגים און זיי האבן מיך גענומען זוכען. נאר אוודיי האט שוין געוווסט, ווי מיך צו באהאלטן. אין סטאלין איז נאך געווען רואיק די פינסטערע ס.ס. האבן אויסגעמיטן סטאלין. זיי האבן פארכאפט נאר דאוויד-האראדאק. אין רובליע האבן דאס געמאכט ארטיקע און האלעצער שקצים. איך האב באקומען א בריוועלע פון אונדזער משה חיימ'ען, עליו השלום, איך זאל קומען קיין סטאלין. איך בין אהין געקומען. די רובליער און האראדאקער אומגליקלעכע ווייבער האט מען ארויסגעטריבן פון דארף (הארישע) און פאוי זיי אין די אויגן האט מען געשלעפט זייער האב-און-גוטס. ביי חיה'ן אונזעוי גאלדעס, האט ניקאליי פוסיקס א שגץ אראפגעשלעפט פון די פיס יעקב'ס שטיוול (דערנאך. זייענדיק אין די פארטיזאנער, האבן מיר אים דערשאסן). די אומגליקלעכע האבן זיך דערנאך געוואלגערט אין ברעזנאיער וואלד. אין ערגעץ האט מען ניט אריינגעלאזן. 19