Original scan
Original memorial-book scan 479
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-963

,אין סטאלין האט זיך געשאפן א קהילה און מיט פיל מאטערניש און גאלד, געפועל/ט. אז מען זאל די אומגליקלעכע אריינלאזן אין סטאלין. ,דעם צווייטן טאג ראש-השנה בין איך געזעסן מיט אונדזער ברודער משה חיימ'ען. ערשט פלוצלינג האבן זיך אריינגעריסן אין שטוב צוויי גזלנים און מען האט משהילען צוגענומען אויף אייביק. אין דריי טעג ארום האבן מיר זיך דערוווּסט, אז מען האט אים פארפייניגט צום טויט. מען האט אים געשטאכן מיט שטיקעס ; געריסן פון אים שטיקער. דעם צווייטן טאג ראש-השנה, 1, 12 אזייגער ביינאכט, האט ער אויסגעהויכט די הייליגע נשמה אין סטאלינער טורמע... זיין קערפער האב איך אין זעקס מאנאטן ארום געפונען און אים געבראכט צו קבורה, אין זיין טלית, ארום דער מומע גאלדע'ס קבר. ,ליאווע, אן אבגעגאסענער מיט טרערן, האט געזאגט קדיש ביים קבר. עס איז געווען מיט מיר זעליג פישמאן. ער האט מיר געהאלפן. דער פנים פון אונזער הייליגן ברודער איז שוין געווען פארערדיגט. דאך האב איך אים דערקענט. פרומקע, גאניע, חלה און רחל זענען אויך געקומען צולויפן... מיר האבן עס געמאכט אן דעם וויסן פון די דייטשן.

passage_cb39e8a80ce81165a6120525
Passage 2normalized OCR · source chars 965-2039

,פאר מיר האבן זיך נאך משה'לעס טויט אנגעהויבן יענע טעג. איך בין געבליבן איינער פון דער משפחה, ארומגערינגעלט מיט יתומים און אלמנות. איך פלעג א קוק טאן אויף די קינדער, איבערהויפט אויף אביבה'לען, פלעגט שיעור מיין הארץ ניט פלאצן. די מומע גאלדע האט זיך געהאלטן גוט. פלוצלינג האט זי גענומען אויסגיין ווי א ליכט. חנוכה-צייט האט זי אויסגעהויכט איר נשמה ביי אונדז אין שטוב. אלע רובליער אלמנות האבן זי באוויינט. מיר האבן געמאכט א שטילע לויה, ווייל די דייטשן האבן פארבאטן לויות. ,נאר פון די טויטע האט מען לאנג ניט געקענט טראכטן. עס איז געפאלן אויף מיר דער גרויסער יאַך פון אלע יתומים און אלמנות. איך האב זיך געווארפן אין אלע זייטן, כדי מען זאל ניט הונגערן... ביי אונדז אין שטוב איז געווען א מנין. דער פאטער, עליו השלום, פלעגט מיט ליאווען זאגן קדיש. דער ערשטער מנין איז געווען נאך די רובליער קדושים, דערנאך נאר אונדזער ברודער, דערנאך דער מומע גאלדע. דער פאטער פלעגט ווייניק רעדן, נאר פארבייסן די ליפן און שווייגן. אפטמאל אנשרייען ווען די ווייבער פלעגן נעמען וויינען, און אליין זיך דערביי באגיסן מיט טרערן. איך האב געמוזט שפילן די ראלע פון א העלד און אליין פלעג איך זיך באגיסן מיט טרערן.

passage_80da7558700983ae734335c3
Passage 3normalized OCR · source chars 2041-3125

,אין גאס האט מען ניט געטארט ווייזן זיך נאך 7 א זייגער פארנאכט. מיר פלעגן זיצן ביי פארמאכטע לאדנס. אפטמאל פלעגט גאניע מיט די קינדער קומען דורכ'ן גארטן און מיר פלעגן צוזאמען זיצן. ניט איינמאל האבן מיר וועגן אייך גערעדט: צל ווייסט איר וואס עס טוט זיך און צי וועט איר זיך ווען עס איז דערוויסן ? ,אזוי זענעז מיר א גאנצן ווינטער געזעסן אין שטוב אויף די פלעצער. ,ערב פסח, 1942, האט מען גאנען ארויסגעטריבן פון איר שטוב און גלייך נאך דעם אונדז. זעליג פישמאן, עליו השלום, האט אונדז דאן שטארק ארויסגעהאלפן. דאן האבן זיך גענומען פארשפרייטן קלאנגען, אז אין סטאלין ווערט א געטא. וויפיל איבערלעבענישן !? וויפיל קאנטרי- בוציעס אויף אונז! זיי האבן פון אונז געשונדן די הויט. ,ערב שבועות האט מען פארענדיגט ארומצוימען די געטא מיט א צוים פון 15 דראטן, איין סלופ פון צווייטן דריי מעטר... ,מיר האבן באקומען א באפעל זיך איבערציען אין געטא. באשרייבן דאס בילד איז אוממעגלעך. יעדערער האט געטראגן וואס ער האט געקאנט -- לעבן דארף מען דאך -- דער פאטער, עליו השלום, האט גענומען דעם שטעקן אין האנט און אוועק אין געטא. מיר האבן באקומען א קליין צימערל. איך, שיע גאלדעס דעם פעטער יעקב'ס פון אסאווא, א יינגעלע., 110

passage_33a755548d43177d304cec5a