Original scan
Original memorial-book scan 480
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-877

אויך מיכאלקע, 5 יאר אלט, און די עלטערן, געניע מיט די קינדער נישט ווייט פון אונדז. פרומקע אויך ניט ווייט... ,איז געטא האט זיך אנגעהויבן יענער לעבן -- ניט ארויסטראגן, ניט אריינטראגן. די שטערבלעכקייט איז דערגאנגען ביז 12 מאן טעגליך. מענשן זענען געווען געשוואלענע. איך פלעג קוקן אויף די עלטערנ'ס פיס און א שוידער פלעגט מיר דורך דורכ:ן לייב... וועגן קיין אנדער זאך האט מען ניט גערעדט, ווי נאר וועגן עסן. האבן געפונען אויסוועגן, ווי אריינ- צושמוגלען אין געטא עסנווארג. נאר דא זענען געקומען די פינסטערע ידיעות., אז מען שיסט אויס אלע יידן. עס האט זיך ניט געוואלט גלויבן. וואס הייסט? ווי אזוי? קליינע קינדער ? עלטערע מענשן? עס קען ניט זיין ! ,ביז עס איז געקומען דער פינסטערער טאג, ערב ראש-השנה, 1942 -- 7,000 נפשות זענען דאן געווען אין סטאלין און אלע זענען אומגעקומען. די קברים זענען געווען גרייטע. מעז האט פריער אויסגעטאן אלעמען נאקעט, געלעגט לעבעדיגע אין קבר און געשאסן רייענוייז...

passage_bfe2dfa8866c6baf15bff475
Passage 2normalized OCR · source chars 879-1880

,די לעצטע נאכט אין געטא וועל איך קיינמאל ניט פארגעסן. איך בין געווען צוזאמען מיט די עלטערן ביז דריי אזייגער ביינאכט. מיר האבן זיך געקושט און געקושט, געוויינט און געוויינט -- אייערע פאטאגראפיעס געדריקט צום הארצן און זיך געזעגנט מיט אייך -- דער פאטער האט אפגעזאגט ווידוי. די מוטער האט זיך איינגעוואשן, אנגעטאן ריינע וועש, זיך געגרייט צום טויט, און מיר האט זי געטריבן פון שטוב : ,גיי אוועק פון אונדז! דו וועסט איבערלעבן. באהאלט זיך. זיץ נישט מיט אונדז! דו וועסט כאטש ווען-ניט-איז נקמה נעמען און דערציילן וועגן אונדז". ,איך האב אין יענעם מאמענט דער מוטער'ס ווערטער ניט געגלויבט: ווי קען איך בלייבן לעבן, אז מיר זענען ארומגערינגעלט פון אלע זייטן! איך בין אוועק נאר מיט'ן מיין, אז די עלטערן זאל זיין גרינגער די לעצטע מינוטן. טראכטענדיק, אז איך בין געבליבן לעבן. ,אזוי בין איך אוועק פון די ליבסטע און טייערסטע אויף אייביק. טויזענטער מאל האב איך פארשאלטן די מינוט, וואס איך בין אוועק. ווי עס האט זיך מיר געוואלט ניט איינמאל ליגן מיט זיי צוזאמען ארומגענומען, ווי אלע קדושים האבן זיך ארומגענומען פאר'ן טויט !

passage_3d7fd18eb6462320c1d02b85
Passage 3normalized OCR · source chars 1882-2897

,איך בין אין א קעלערל מיט וועליען מאלאטשניק אבגעלעגן 18 טעג נאך דער שחיטה אין געטא. איך האב אלץ געטראכט, געזוכט פלענער; ווי זיך ארויסצורייסן. מיין האריץ האט מיר געזאגט, אז אויב איך וועל ארויס פון געטא, וועל איך שוין זיך ווי עס איז אן עצה געבן. איך האב גערופן וועליע'ן מיט זיך. נאר זיין פרוי האט נאך דאן אויך געלעבט באהאלטן. דערצו איז נאך געבליבן לעבן ביילע מאלאטשניק. ניסעל, זייער טאכטער באשעלע און שלום דורצין מיט דער ווייב און קינד. זייער משפחה איז נאך געווען גאנץ. און איך בין שוין געווען א יתום. איך האב זיך מיט זיי געטראפן ביינאכט און געוואלט איבערריידן זיי, זיי זאלן מיט מיר זען אן עצה ווי ארויסצוגיין. זיי האבן זיך פארלאזן אויף נסים, און פארבליבן. ,איך האב גענומען זוכען אליין אן אויסוועג. אויף דער 18-טער נאכט, נאך דער שחיטה, ארומבלאנדזשענדיק אין דער פינסטערער געטא ביינאכט, טירן., פענסטער; אלץ צעבראכן. פון אלע הייזער געווארן פוסטקייט, און עס דאכט זיך מיר, אז אט טרעף איך א טויטן קערפער פון א קדוש. די האר האבן ביי מיר געשוידערט. נאר איין געדאנק איז געווען ביי מיר -- לעבן. לעבן!.. -- ווי גייט מען ארויס !

passage_f227f632d15481cbfd61e70f
Passage 4normalized OCR · source chars 2899-3149

,איז דעם מאמענט האב איך זיך אנגעשטויסן אויף א לעבעדיקן מענשן. איך בין גלייך צוגעגאנגען. איך האב געטראכט, אז נאך אזא אומגליקלעכער ווי איך גייט ארום און זוכט אן אויסוועג, ווי ארויסצוכאפן זיך פון דאנען. נאר ווי פארווונדערט בין איך געווארן, ווען איך .41

passage_f1f84bf7292de3b821558ac4