Original scan
Original memorial-book scan 481
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1053

האב דערזען פאר זיך א הויכן גוי -- דער גרעסטער גנב פון סטאלין (ער זיצט איצט אין טורמע), און ער האט מיך ארויסגעפירט פון געטא. ,וועליע'ן, ביילע'ן, ניסל'ען, שלמה/ן -- זיי האט מען אין עטלעכע טעג נאך מיין אנטלויפן, געפונען דערשאסענע. ,דאן האבן זיך פאר מיר אנגעהויבן יענע גאלדענע טעג -- אן איבעריגער מענש אויף דער וועלט -- זיך ארומגעוואלגערט גענוג. נאר א דאנק דעם סאלטיס אוודייען, כוועדאכ'ן, לעונאנען מאלאכ'ס מאמאנאוויטש -- זיי.האבן מיר ארויסגעהאלפן ביז איך בין געווארן זעלבסט- שטענדיק, דאס הייסט איך בין אריין אין פארטיזאנען אטריאד. מיינע ווייטערדיקע איבערלעבונגען וועל איך ניט שרייבן -- דאס איז שוין ניט וויכטיג... ,איך גלויב, אז פון דעם וואס איך האב געשריבן, וועט איר האבן מערזוועניגער א שטיקל פארשטעלונג פון דעם, וואס ביי אונדז איז פארגעקומען. ,פון די רובליער זענען דא מיט אונדז אברהם שולמאנ"ס דעם לוי'ס צוויי בחורים. עלנטע -- זיי האבן אין ניו"יארק א מומע, איידל שולמאן און זיי האבן ניט איר אדרעס. אויב דו קענסט, טייערער ברודער, דורך די רובליער זיך דערוויסן איר אדרעס, טא גיב איר צו וויסן וועגן ביידע יינגלעך. זאל זי זיי שרייבן אויף אונדוער אדרעס". 72

passage_deb4b1337eeb8e9a2a7f4fe8