אהרן מוראווטשיק מיין קליינע נקמה פארן גרויזאמן פארברעכן (קאפיטלען פון מיינע מעמואר>) מאי 1946. דער טראנספארט, וועלכער פירט די רעפאטריאנטן (פוילישע בירגער וועלכע האבן די צייט פון דער צווייטער וועלט-מלחמה פארבראכט אין ראטנפארבאנד) און צווישן זיי אויך מיך, קיין פאלקס-דעמאקראטישן פוילן, האט זיך אפגעשטעלט אין קלאצקא -- א שטעטעלע אין נידער- שלעזיען. דא דארפן מיר אלע אויסשטייגן און אנהויבן בויען א לעבן פונדאסניי. זאל איך פאראנקערן דא, אדער זוכן א מער צענטראלע שטאט ? איבריקנס, וואס איז וויכטיק צי דא, צי אין א גרויס שטאט ? במילא בין איך עלנט און איינזאם, אן א קרוב, א גואל און פריינט -- איך באשליס אראפגיין דארט וו דער גורל האט מיר געבראכט ; איך בלייב אין דאזיקן שטעטעלע. ס'געפינט זיך ביי מיר די נאמענטלעכע רשימה פון די דאוויד-האראדאקער רוצחים- מיעשטשאנעס., וועלכע ס'איז מיר געלונגען צו באקומען פארנדיק אין טראנספארט. פון מאל צו מאל, נעם איך ארויס די רשימה און לייען דורך די נעמען פון די רוצחים, וועלכע האבן אומגעבראכט די דאוויד-האראדאקער יידן.
אט איז דער אבי-אבות הטומאה, דער הויפט שולדיקער און הויפט מערדער -- דער פעלדשער איוואן מארייקא ימ"ש און נאך אים זיינע טרייע מיטהעלפער דער אדוואקאט יעווגעני יעוופלאוו מיט זיין פרוי מארוסיא, קאסארעוו מיט זיינע 3 זין, סיעמיאן קולאגא מיטן זון גריגארי, דעמיאן מארייקא, סטארייקא, הענטשעל, קרום, לעווקאווסקי, פאלוקאשקא, קאזאלאווסקי, גריצ- קעוויטש און נאך און נאך ימח שמם וזכרם. מסתמא דרייען זיי זיך יעצט ארום, די מערדער, פראנק און פריי איבערן פאלקס- דעמאקראטישן פוילן און פארבערנגען די צייט אין ווילטאג, פארן אנגערויבטן יידישן האב- און-גוטס. דער געדאנק לאזט מיך ניט צורו. כ'באשליס אז איך מוז פאר יעדן פרייז אויסגעפינען און דעמאסקירן. ס'טאר קיין יידיש בלוט ניט זיין הפקר! איך מוז זיין דער בלוט-אויסלייזער פון מיינע דאוויד"האראדאקער ברידער און שוועסטער. א פאר וואכן נאך מיין אנקומען קיין פוילן איז אויסגעבראכן דער קעלצער פאגראם. א בהלה האט ארומגעכאפט די שארית-הפליטה און יידן האבן מאסנוייז אנגעהויבן פארלאזן דאס לאנד, וועמענס ערד ס'האט איינגעזאפט בלוט פון מיליאנען יידישע אומשולדיקע קרבנות און האט זיך נאך דערמיט אלץ ניט אנגעזעטיקט.
ס'איז געווען ,נאטירלעך", אז אויך איך זאל מיטגעריסן ווערן מיטן גרויסן שטראם פון דער שארית-הפליטה. מיינע פריינט האבן מיר אויך צוגערעדט דערצו. א פארבארגענער כוח האט מיך אבער ניט געלאזט זיך רירן פון ארט. כ'בין געבליבן זוכן די מערדער, טראץ דעם, וואס פיל פון מיינע ידידים האבן געהאלטן. אז ס'איז א ,מ ש וג ע ת* פון מיין זייט. 5