Original scan
Original memorial-book scan 485
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1037

כ'האב באשלאסן זיך איינארדענען אויף ארבעט אין ,סטאראסטווא" וו מ'האט מיר פארגעלייגט א פאראנטווארטלעכן פאסטן. אין פארלויף פון א קורצער צייט, האב איך דערווארבן צו זיך דעם צוטרוי פון ,סטאראסטא* אליין. דער ,סטאראסטא" איז געווען א מאן אין מיטעלן עלטער, מיט עכט פוילישע ,וואנסן* און ,באקנבראדן". ער איז געווען געלאסן און זאכלעך. יעדעס ווארט, וואס איז ארויס פון זיין מויל איז צוערשט געווען דורגעטראכט, געווויגן און געמאסטן. זיין באנעמען זיך מיט מענטשן, ווי אויך זיין אויסערלעכער אויסזען, האבן געצווּנגען אים צו סימפאטיזירן. א העכסט אנשטענדיקער מאן, אן איבערצייגטער קאמוניסט און אן אויסגעשפראכענער אידעאליסט איז דער מענטש געווען. זיין ריין ארישער אויסערלעכער אויסזען, זיין עכטער פוילישער פאמיליען- נאמען, זיין ווונדערבארע פוילישע ליטערארישע שפראך און זיין ריין פוילישער אקצענט, האבן דיך איבערצייגט, אז דו שטייסט פאר א פאליאק פון דור דורות. (אינטערעסאנט צו באמערקן. אז ווען כ'האב זיך אין א געוויסער צייט ארום געטראפן, ביי אינגאנצן אנדערע אומשטענדן מיטן דאזיקן ,עכטן פאליאק", איז שוין דער ,פוילישער סטאראסטא" געווען א נאציאנאלער גוט- הארציקער ייד).

passage_5939ac2912639b203c79c604
Passage 2normalized OCR · source chars 1039-2232

אין א געוויסן פרימארגן לאדט מיך איין דער סטאראסטא צו זיך אין קאבינעט און לייגט מיר פאר, אז איך זאל צוזאמען מיט א פאכמאן פאַרן קיין ווראצלאוו (ברעסלאו) כדי צו קויפן א טעקסי פארן סטאראסטווא-אמט. ,כ'ווייס" -- האט ער דיסקרעט צוגעגעבן, -- ,אז דו ביסט א ייד און כ'בין זיכער, אז דו וועסט די דאזיקע שליחות אויספירן מיט דערפאלג. כ'האב באדאנקט דעם סטאראסטא פאר זיין צוטרוי צו מיר און גערן אנגענומען די שליחות, האפנדיק -- אן א שום יסוד דערצו -- צו געפינען אין דער גרויסער שטאט שפורן פון די דאוויד-האראדאקער מערדער. % 5% כ'האב דערפילט מיין שליחות אין ווראצלאוו, איינגעקויפט די טעקסי מיט די נויטיקע דערצו טיילן און געמוזט ווארטן נאך 3 טעג, כדי כ'זאל דאס אלץ קאנען מיטנעמען קיין קלאצקא. די 3 טעג, האב איך באשלאסן אויסנוצן אויף צו זוכן די שפורן פון די מערדער. דרייענדיק זיך אויף די ווראצלאווער גאסן, האב איך צופעליק באגעגנט מיין ידיד אברהם"משה גרינבערג -- א לאמזשער ייד, -- וועלכער איז יעצט געווען ראש הקהל אין ,אונדזער* געמיינזאמער נייער שטעטל. ער האט מיר דערציילט, אז זיין אויפגאבע איז צו קויפן אין ווראצלאוו עופות אויף ,כפרות"* פאר די קלאצקער יידן. זיין פארשלאג איך זאל מיטגיין מיט אים און העלפן איינקויפן די עופות, האב איך מיט פארגעניגן אנגענומען און כ'בין, אזוי-ארום געווארן א שותף צו א שליח-מצוה.

passage_8528ee5ba8444b7e00e52906
Passage 3normalized OCR · source chars 2234-2867

מיר זענען ארויף אויפן מארק, וועלכער איז געווען פארפולט מיט טויזנטער מענטשן און הונדערטער קיאסקן מיט ,סטראגאנעס". ס'זענען מיר ארויף אויפן געדאנק די צייטן, ווען מיליאנען יידן זענען נאך געווען אין פוילן און כ'האב מיך אין מיין פאנטאזיע פארגעשטעלט דעמזעלבן מארק מיט די יידישע הענדלערס און פעדלערס, אֶן וועלכע ס'איז אוממעגלעך געווען פארצושטעלן אזא מארק-טאג. ווער וואלט געגלויבט -- האב איך מיר געטראכט -- אז דאס אלץ זאל פארשווינדן אזוי גיך. גייענדיק ביים זייט פון ה' גרינבערג און זייענדיק פארטאן מיט די דאזיקע געדאנקען איז פלוצלינג געשען דאס אומגלויבלעבע : א גוי, וואס איז געשטאנען ביי זיין סטראגאן און פארקויפט הערינג., האט אויף מיר 76

passage_12f7dddbd0ebc6bf34e86cac