אנגעהויבן קוקן פול מיט פארוווּנדערונג, אינסטינקטיוו האבן זיך באגעגנט אונדזערע ביידנס בליקן. מיטאמאל האט ער מיר א פרעג געטשן אויף רוסיש : ,עטא טי זיעמליאק" (דאס ביסטו לאנדסמאן ?) און אין א פאר סעקונדעס ארום האט ער צוגעגעבן: ,עטא טי מוראווטשיק ?/ (דאס ביסטו מוראווטשיק ?). ווי דורך אן עלעקטרישן שטראם בין איך אויפגעציטערט געווארן, וועז כ'האב אזוי אומדערווארטעט דערהערט אין א פרעמדער שטאט צווישן פרעמדע מענטשן, אין דער רוסישער שפראך מיין פאמיליע נאמען. ס'האט זיך מיר אויסגעדוכט, אז איך חלום, אדער, אז כ'הער א שטים פון אינגאנצן אן אנדער וועלט. צום גליק האב איך מיך ניט פארלארן און כ'האב זיך שנעל אריענטירט, אז דער דאזיקער פארשוין האט ווארשיינלעך א שייכות צו דאוויד-האראדאק ; און אפשר איז ער פון די, וועלכע איך זוך ?... ,א קטא ווי טאקאי ?" (און ווער ביסטו!) -- האב איך אים געפרעגט. אנשטאט א תשובה, האט אבער דער אומבאקאנטער פארשוין זיך אנגעהויבן צוריקציען און שטאמלען: ,אנטשולדיק מיר, אפשר האב איך געהאט א טעות, אפשר האב איך ניט דיר געמיינט"... ,זאג ווער דו ביסט? -- האב איך אנגעהויבן נערוועז שרייען -- ,אקארשט האסטו מיך ביי מיין נאמען אנגערופן, דו קאנסט מיך זיכער נאך פון פריער".
ס'איז געווארן א צוזאמענלויף פון מענטשן, מיין נערוועזיטעט איז געוואקסן פון מינוט צו מינוט און כ'האב ניט אויפגעהערט צו פארלאנגען ער זאל זאגן ווער ער איז. דער אומבאקאנטער האט געשוויגן. ער האט אונטערגעבויגן דעם קאפ און זיך געמאכט ווי ער וואלט עפעס געזוכט אויף דער ערד. ער האט פארשטאנען, אז ער האט זיך אליין פארשאטן... ,מיליץ, מיליץ!" -- האב איך אנגעהויבן שרייען מיט אן אויסטערלישער שטים, וועלכע כ'האב אליין ניט דערקענט. אין געציילטע מינוטן, זענען אנגעקומען 2 מיליץ-לייט. כ'האב זיי אויפגעקלערט. אז איך בין חושד דעם דאזיקן פארשוין אין מיטארבעט מיט די דייטשישע אקופאנטן אין צייט פון קריג און אין מיטבאטייליקן זיך איז דער פארניכטונג פון די דאוויד"האראדאקער יידן. די מיליץ האט באפוילן דעם גוי שליסן זיין סטראגאן און האט אונז ביידן מיטגענומען אין פאליציי-קאמיסאריאט. נאכן דורכקאנטראלירן זיינע דאקומענטן, האט זיך ווירקלעך ארויס- געוויזן, אז עס איז דער דאוויד-האראדאקער מיעשטשאנין, וועמענס נאמען ס'האט פיגורירט אין דער רוצחים-רשימה.
שוין בעת דער ערשטער אויספארשונג, וועלכע איז אויפן ארט, אין מיין אנוועזנהייט דורכגעפירט געווארן, האט זיך דער מערדער צו מיר געווענדעט און געזאגט: ,מוראווטשיק, וועמען ארעסטירסטו? איך האב דאך פארנומען א ניט וויכטיקן ארט ביי די דייטשן. פארוואס ארעסטירסטו ניט איוואן מארייקא, וועלכער איז פאר די דייטשן געווען בירגערמייסטער פון דאוויד"האראדאק ? ער האט דאך אומגעבראכט אלע דאוויד-האראדאקער יידן און טראץ דעם זיצט ער זיך יעצט רואיק אין ווארשע ?71 אט אזוי בין איך ארויפגעפירט געווארן אויף די שפורן פונם הויפט-מערדער מארייקא און כ'האב פארשטאנען, אז דער אנהויב וועט סוף-כל-סוף דערפירן צום ארעסט פון אלע איבעריקע מערדער, וועלכע געפינען זיך אויף דער פוילישער ערד. איך איבערטרייב איבערהויפט ניט מיט דער פעסטשטעלונג, אז דער טאג איז געווען דער גליקלעכסטער אין מיין לעבן זייט דעם אנהויב פון קריג אין יאר 1939. כ'האב דערלעבט צו זען פרוכט פון מיין הייליקער ארבעט. כ'בין געווען שטאלץ דערמיט. 17