Original scan
Original memorial-book scan 487
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-959

זראץ דעם, וואס כ'האב געוווּסט, אז די נקמה אן די רוצחים וועט.ניט צוריק אויפלעבן מיינע זייערע דאוויד"האראדאקער ברידער און שוועסטער. גלייכצייטיק, האב איך זיך אפגעגעבן א דין-וחשבון, אז די עיקר ארבעט דארף ערשט עמאכט ווערן און, אז ניט אזוי לייכט וועט דאס אנקומעז. מיין באשלוס צו דערפירן די הייליקע ארבעט ביז צום סוף, איז אבער פיל פעסטער עווארן און דער אנהויב האט מיר צוגעגעבן מוט, כוח און אויסדויער קראפט, ווייטער פארט- נוזעצען מיינע באמיאונגען אויסצוגעפינען די איבעריקע מערדער. דער פעלדשער איוואן מארייקא, וועלכער האט געהאט ]ייער א גרויסע יידישע ;ליענטעלע, האט זיך גלייך געשטעלט אין דינסט פון די דייטשן און איז דורך זיי באשטימט עווארן אלס שטאט בירגערמייסטער. פון ערשטן טאג אֶן איז איינגעפירט געווארן אין שטאט א טעראר-רעזשים לגבי דער ידישער באפעלקערונג. דער געשעצטער אין שטאט צאֶן-דאקטאר יצחק עדעל מיט זיין זון גדליהו, זענען יעמזעלבן טאג דערשאסן געווארן. אהרן סלאמיאנסקי, א חשובער חסידישער ייד, איז לעבעדיקערהייט פון בריק אין טייך זארין אריינגעווארפן געווארן.

passage_43fe6aa9adea0ccec602303f
Passage 2normalized OCR · source chars 961-2042

שמחה מישאלאוו און מאטל קוויעטני, האבן זיך אויסבאהאלטן ביים ,גוטן פריינט" איוואן מארייקא, וועלכער האט ביי זיי דערפאר גענומען גאלד און זילבער. אין א פאר טעג ארום האט יי מארייקא ארויסגעטריבן פון באהעלטעניש, באפוילנדיק די ,מיעשטשאנעס" זיי צו דערמארדן. שמחה מישאלאוו איז דערהרגעט געווארן ביי זיין אייגן הויז אין אנוועזנהייט פון זיין פרוי מיט רי קינדער. די משפחה פינקעלשטיין, וועלכע איז געווען געשעצט אויך דורך די ,מיעשטשאנעס"* און איבערהויפט דורך די קריסטלעכע שוסטערס, איז דערמארדעט געווארן צוגלייך מיט אלע איבעריקע יידן, טראץ דעם וואס זיי האבן איינגעצאלט ריזן סכומים אלס אויסקויף"געלט און שראץ דער באמיאונג פון די קריסטלעכע שוסטערס ביי דער מאכט, אז מ'זאל זיי לאזן לעבן אלס ,גוטע יידן". | דער רב ר' משה'לע זצ"ל האט ארויסגעוויזן אומגעוויינלעכען שטאלץ און איבערגעגעבנהייט צו זיין עדה. טאגדטעגלעך פלעגט ער קומען צום רוצח איוואן מארייקא און זיך משתדל זיין אפצושרייען די גזירות אויף די יידן. צום סוף איז ער צוזאמען מיט אלע מענער פון שטאט נעפירט געווארן צו דער שחיטה. איינגעוויקלט אין טלית און תפילין האט ער, פאר די צום טויט פארמשפטע יידן, געהאלטן א דרשה און איז צוזאמען מיט זיי אומגעקומען.

passage_1d2f565af23c883d89ccc740
Passage 3normalized OCR · source chars 2044-2620

ברוך-יוסף קאצמאן מיט זיינע זין איז געלונגען אויסצומיידן די עקזעקוציע אדאנק דעם וואס זיי האבן זיך באהאלטן אין א שטאל. זיי האבן זיך באזארגט מיט עסן אויף 2 וואכן און געהאפט אנטלויפן אין די וועלדער. אין 2 וואכן ארום, ווען ס'האט זיך געענדיקט זייער שפייז, זענען זיי ארויס פון באהעלטעניש און מורא האבנדיק זיך ווענדן צו די מיעשטשאנעס נאך הילף, האבן זיי זיך געמאלדן דירעקט אין דייטשישן שטאב, וועלכער איז צו יענער צייט געווען אין יודאוויטשעס הויז. זיי האבן דערציילט די דייטשן וולאזוי ס'האט זיך זיי איינגעגעבן אויסצובאהאלטן און זיך געבעטן ביי די דייטשן זיי זאלן זיי שענקען דאס לעבן. 8

passage_ec08cc9e2542cbec7cc79677