צו זייער גרויסער איבעראשונג, האבן זיי פון די דייטשן באקומען פאלגנדע תשובה, וועלכע איז, אגב, כאראקטעריסטיש פאר דער דייטשישער ,פינקטלעכקייט" : ,מיר האבן באקומען א באפעל אומצוברענגען די יידן דעם 10-טן אוגוסט. היות דער טערמין איז שוין דורכגעגאנגען און קיין אנדער באפעל האבן מיר ניט, וועלן מיר אייך קיין שלעכטס ניט טאן און איר זייט פריי". ווי נאר די קאצמאנס זענען ארויס פון דייטשישן שטאב, האט זיי אויפן גאס געטראפן דער שיכור און רוצח איליא סטאוורא (סטאדניק) וועלכער האט זיי מיט אייזנס אויפן ארט דערמארדעט. אינטערעסאנט, אז אין דער זעלבער נאכט נאכן מארד, איז ער פון געוויסנסביסן משוגע געווארן, אונטערגעצינדן זיין אייגן הויז און זיך לעבעדיקערהייט פארברענט. עזרא סאלאמיאניק האט זיך אויך אויסבאהאלטן פון דער שחיטה. אין א פאר טעג ארום, האט אים אבער זיין שכן יעסיפ דובאק (מאטוסיעוויטש) אנטדעקט און דערמארדעט. % 4 * די ,וויכטיקסטע ארבעט" פון מערדער מארייקא איז געווען זיין פראוואקאציע קעגן די דאוויד"-האראדאקער יידן, ד.ה. קעגן זיינע פאציענטן פון וועלכע ער האט די גאנצע יארן געלעבט און געמאכט א פארמעגן.
ער האט צוזאמען מיט זיינע מיטהעלפער באהאלטן אין גרויסן בית-מדרש שטאבעס אייזן, העק און עטלעכע רעוואלווערן, און דערנאך געמאלדן דעם דייטשישן שטאב אין לוניניעץ, אז מ'האט ,אנטדעקט"? אין בית-מדרש א געווער-לאגער, מיט וועלכן די יידן גרייטן זיך צו מאכן אן אויפשטאנד קעגן דער דייטשישער מאכט. די דייטשן האבן אויפן סמך פון דער פראוואקאציע ארויסגעגעבן א באפעל צו דערמארדן אלע יידישע מענער פון דאוויד-האראדאק. איבער 3000 יידן -- מענער אין עלטער פון איבער 14 יאר, -- זענען דעם 10-טן אוגוסט 1 דערמארדעט און באגראבן געווארן אין גרויסע מאסן-קברים, וועלכע זענען נאך פריער צוגעגרייט געווארן אויפן וועג צווישן חינאווסק און אלשאך. אין לעצטן מאמענט פאר דער גרויזאמער שחיטה, האט מארייקא כלומרשט אנגעהויבן פארמיטלען און צווויסן געטאן, אז ער האט געפועלט ביי די דייטשן צו געבען יידן א מעגלעכקייט זיך אויסקויפן פון טויט פאר געלט אדער ווערט-זאכן. די אומגליקלעכע קרבנות האבן אים געגלויבט און געפירט די רוצחים אין די ערטער, וו ס'איז געווען אויסבאהאלטן גאלד, זילבער, און אנדערע ווערטפולע זאכן. נאכן אנקלייבן עטלעכע קאסטנס מיט יידישן האב-און-גוטס, זענען די יידן צוריקגעפירט געווארן צום עקזעקוציע פלאץ און צוזאמען מיט אלע איבעריקע אומגעבראכט געווארן.
מארייקא האט זיך פערזענלעך באטייליקט אין מארד, שיסנדיק די יידן פון א רעוואלווער. מ'דערציילט, אז די געשרייען פון די אומגליקלעכע קרבנות האבן זיך געהערט א פאר קילאמעטער ווייט. 3 טעג האט זיך דערנאך געהויבן די ערד פון די פארשאטענע מאסן-קברים, ווייל פיל פון די יידן זענען באגראבן געווארן לעבעדיקערהייט. די פארבליבענע אין שטאט פרויען און קינדער, האבן די רוצחים אינמיטן דער נאכט נאכן מאסן-מארד ארויסגעטריבן פון שטאט ניט דערלויבנדיק זיי מיטנעמען קיין איין זאך. ס'זענען געוועז פאלן ווען פרויען זענען ארויסגעטריבן געווארן פון די הייזער אין בלויזע נאכט-העמדער. 19