Original scan
Original memorial-book scan 489
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1099

נאכן ארויסטרייבן די פרויען און קינדער, האבן די מיעשטשאנעס און די פויערים פון די ארומיקע דעויפער בארויבט דאס גאנצע איבערגעבליבענע יידיש האב-און-גוטס. ס'איז ניט געווען קיין איין דאוויד"האראדאקער מיעשטשאנין, וועלכער זאל ניט האבן אנטיילגענומען אין דאזיקן רויב. 5-4 * דער ארעסטירטער דאוויד-האראדאקער מיעשטשאנין, האט ,ניט געוווסט" דעם גענויעם אדרעס פון איוואן מארייקא אין: ווארשע. אויסגעפינען אים איז ניט געווען פון די לייכטע אויפגאבעס. עטלעכע מאל בין איך ספעציעל געפארן אין ווארשע אים זוכן. ליידער. זענעז מיינע באמיאונגען ניט געקרוינט געווארן מיט דערפאלג. כ'האב שוין כמעט רעזיגנירט פון געפינען אים. דער גליקלעכער צופאל האט. אבער, געוואלט אז כ'זאל מיך אין איינער פון מיינע רייזעס קיין ווארשע, באקענען אין צוג מיט א יידישן געהיים-אגענט (יהודה ספיוואק-זינגער -- יעצט אין ישראל), וועלכער האט דערוויסנדיק זיך וועגן מיין רייזעדציל, גענומען אויף זיך די אויפגאבע צו געפינען מארייקאן. נאך לאנגע באמיאונגען און זוכענישן האט ער ענדלעך אים געפונען אין א קליין שטעטעלע ביי ווארשע, וווּ ער האט געארבעט. אויפן סמך פון א געפעלשטן דיפלאם אלס דאקטאר. מארייקא האט אויך געהאט פארלאזן א בארד, כדי מ'זאל אים ניט דערקענעןז.

passage_94b9826e541eb65e0ac89c58
Passage 2normalized OCR · source chars 1101-2182

צו מיין שמחה איז קיין גרענעץ ניט געווען. ווען כ'האב באקומען פון ספיוואק-זינגער א טעלעגראמע מיט דער פריילעכער ידיעה וועגן מארייקאס ארעסט. אין א קורצער צייט נאכדעם, איז זיין פרוי דאריא געקומען צו מיר אין קלאצקא (עד היום איז פאר מיר א רעטעניש וויאזוי זי האט מיין אדרעס באקומען), כדי צו בעטן רחמים, אנטשול- דיקונג און מחילה. 0% , די באגעגעניש מיט איר איז געווען .רייך מיט. דראמאטישע מאמענטן : ,ארויס מערדערין פון שטוב, כ'וויל דיך ניט זען און איך וויל ניט הערן וועגן דיין מאן" -- האב איך צו איר געזאגט, אנשפייענדיק איר אין פנים. ,כיבאליידיק מיך איבערהויפט ניט, ווייל איך בין גרייט געווען אויף אזא קבלת-פנים" -- האט זי מיר געענטפערט, צוגעבנדיק גלייכצייטיק, אז ס'איז דאך כדאי כ'זאל איר אויסהער]... אין דעם מאמענט איז מיר דורכגעלאפן א געדאנק, אז אפשר איז טאקע כדאי, צוליב דער טובה פון דער זאך, זיך באהערשן, דערשטיקן אויף א וויילע אין זיך דעם עקל, וואס כ'פיל צו דער מערדערין און אויסהערן איר, כדי אויף אזא וועג צו באקומען פון איר אדרעסן פנן די איבעריקע רוצחים. כ'האב איר געהייסן אראפגיין און ווארטן אויפן גאס (אין מיין וווינונג האב איך ניט געוואלט האבן די טומאה) ביז כ'וועל אראפקומען.

passage_042394129125a61b79b53c3d
Passage 3normalized OCR · source chars 2184-2938

איר גאנצער ריידן איז, פארשטענדלעך, געווען א פרוּוו ריינצווואשן איר מאן פון אלע זינד און דורכדעם ווירקן אויף מיר, אז כ'זאל רעזיגנירן פון מיינע באשולדיקונגען קעגן אים. זי האט מיר, צווישן אנדערע, דערציילט, אז איר זון מישא איז נאך דער מלחמה צוריק- געקומען פון ענגלאנד קיין פוילן (ער איז אין דער פויליש-דייטשישער מלחמה געווען אפיציר אויף דער פוילישער שיף ,פילסודסקי", וועלכע איז אין צייט פון קריג דערטרונקען געווארן) און האט מיט זיך מיטגעבראכט פון דארטן א יידישע זייער סימפאטישע פרוי, מיט וועלכער ער האט נאך אין ענגלאנד חתונה געהאט און וועלכער זי -- דאריא -- האט ליב ווי אן אייגענע טאכטער (ווי כ'האב דערנאך פעסטגעשטעלט, איז ליידער ריכטיק געווען די ידיעה, אז א יידישע פרוי האט, חתונה געהאט מיטן זון פון מערדער און אומברענגער פון די דאוויד-האראדאקער יידן). 10

passage_01d91d2025d9da33e9d14807