איר מאן, האט זי געטענה'ט, האט ,נעבאך? קיין ברירה ניט געהאט און געמוזט אננעמען דעם פארגעלייגטן אים, דורך די דייטשן, אמט פון דאוויד-האראדאקער שטאטדבירגערמייסטער. אמטירנדיק אלס בירגערמייסטער האט ער ,פארשטענדלעך" געזוכט עצות און וועגן ווי- אזוי אפצושרייען גזירות קעגן יידן. בכלל איז ער -- איוואן מארייקא -- געווען ,גאט די נשמה שולדיק", ווייל ער האט געמוזט אויספירן די באפעלן פון יעווגעני יעוופלאוו, וואס איז דורך די דייטשן באשטימט געווארן אלט ,געביטס-קאמיסאר". מיין געדולדיקער אויסהערן האט איר צוגעגעבן מוט און זי האט אין פארלויף פון געשפרעך געגעבן מיר אנצוהערן, אז זי ווייסט, אז כ'געפין מיך אין א שווערער מאטעריעלער לאגע און אלס אלטע ידידים זענען זיי גרייט מיר צו העלפן... איר חוצפה'דיקער פארשלאג האט מיך אזוי אויפגערעגט, אז כ'האב אנגעהויבן שרייען און אנשפייענדיק איר ווידער אין פרצוף אריין גענומען צוריקגיין אין וווינונג. זי האט אנגעהויבן נאכלויפן נאך מיר און זיך אנטשולדיקן, בעטנדיק איך זאל איר ווייטער אויסהערן. | אינצווישן האב איך זיך דערמאנט, אז דעם הויפט-צוועק פון מיין געשפרעך האב איך נאך ניט דערגרייכט -- כ'האב נאך קיין איין אדרעס ניט פון די איבעריקע מערדער -- און כ'בין ווידער געבליבן איר אויסהער]ן.
זעקס שעה נאכאנאנד האט געדויערט דער געשפרעך. זעקס פיינפולע פאר מיר שעה, ווייל כ'הזוב אויף קיין איין סעקונדע ניט פארגעסן, אז איך פיר א געשפרעך מיט א חיה אין געשטאלט פון א מענטש, וועמענס הענט ס'זענען איינגעטונקט אין בלוט פון טויזנטער פון מיינע טייערע ברידער און שוועסטער און צווישן זיי אויך מיין ליבע פרוי און מיינע טייערע 4 קינדערלאך הי"ד. און דאך איז כדאי געווען די גאנצע אנשטרענגונג, ווייל כ'בין ארויס פון געשפרעך מיט א ידיעה וועגן וווין-אַרט פון יעווגעני יעוופלאוו מיט זיין סאדיסטישער פארברעכערין מארוסיא. דער רוצח יעווגעני יעוופלאוו, איז זיינער-צייט (איידער די סאוויעטיש-דייטשישע מלחמה האט אויסגעבראכן) ארעסטירט געווארן דורך דער סאוויעטישער מאכט פאר זיין ווייסגווארדיי- אישער פארגאנגענהייט און איז איינגעזעצט געווארן אין בריסקער תפיסה. ווען די מלחמה צווישן דייטשלאנד און ראטנפארבאנד האט זיך אנגעהויבן און די רוסן האבן עוואקואירט אין ספעציעלע עשאלאנען די ארעסטאנטן קיין טיף רוסלאנד, איז ער צוזאמען מיט לייזער ראנקין אנטלאפן פון עשאלאן (אין א פאר טעג ארום, נאכן אנקומען קיין דאוויד- האראדאק איז לויטן באפעל פון דעמזעלבן יעוופלאוו דערמארדעט געווארן דורך ,מיעשטשאנעס" זייז תפיסה-חבר לייזער ראנקין הי"ד).
יעוופלאוו האט, אנקומענדיק קיין דאוויד"האראדאק, זיך גלייך געשטעלט אין דינסט פון די דייטשן, באשטימט ווערנדיק דורך זיי אלס ,געביטס-קאמיסאר". אלס נקמה דערפאר, וואס פאר די סאוויעטן האט אים צופעליק ארעסטירט א יידישער נ.ק.וו.ד.-אפיציר, האט ער באשטימט אומברענגען אלע יידן פון שטאט. זיין פרול, די סאדיסטישפ מערדערין מארוסיא, האט גלייך נאכן ארעסט פון איר מאן דורך די סאוויעטן, זיך אויסגעדריקט אין מיין אנוועזנהייט, אז ,ס'וועט קומען א טאג: ווען כ'וועל נקמה נעמען אן די יידן, דערפאר וואס א ייד האט ארעסטירט מיין מאן". 241