Original scan
Original memorial-book scan 491
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-878

ביידע, הן יעוופלאוו און הן זיין פרוי מארופיא, האבן דערפילט זייער צוזאג. אין בריוו, וואס פרוי מיכלע סטאלמאן-רוסמאן און איר טאכטער נינא פון דעטראיט האבן מיר צוגעשיקט קיין פוילן, איז דא "א גענויע שילדערונג פון די אכזריות'דיקע מעשים פון איוואן מארייקא, יעווגעני יעוופלאוו און זיין פרוי מארוסיא. באזונדערס האט זיך ,אויסגעצייכנט" מיט איר סאדיזם מארוסיא, וועלכע האט אליין דערמארדעט יעקב גערצולין, וועמען זי האט געטראפן אין א באהעלטעניש. זי האט לעבעדיקער- ה"יט געווארפן יידישע קינדער אין טייך הארין אריין. אויך דער ארעסט פון די יעוופלאווס האט זיך אנגעטראפן אויף גרויסע שוועריקייטן. דערפילנדיק, אז די ערד ברענט אונטער זייערע פיס, האבן זיי פארלאזן די שטאט זיעלאנא-גורא, אין וועלכער זיי האבן געוווינט, און זיך וואכן-לאנג אויסבאהאלטן אלס פישער אין א קליין פארווארפן דערפל. געהיים-אגענטן פון ,או-בע" האבן זיי טאג און נאכט אפגעהיט ביי זייער הות אין זיעלאנא-גורא און סוף-סוף זיי ארעסטירט.

passage_4c773be83e8051e385386402
Passage 2normalized OCR · source chars 880-1939

בעת דער אונטערזוכונג איז ביי זיי געפונען און קאנפיסקירט געווארן אן אוצר פון גאלד, זילבער און ווערטפולע שמוק-זאכן. פארשטענדלעך, אז דאס אלץ איז געווען אנגערויבט ביי די דאוויד"האראדאקער יידן. צווישן אנדערע איז אויך געפונען געווארן ביי זיי א בילד פון מיינע צוויי קינדערלעך שרה'לה און יצחק'ל הי"ד מיט א פוילישער אויפשריפט. דאס האט מיין טאכטערל אויפגעשריבן מיט איר קינדערישן האנטשריפט פאר זייער טאכטערל זאסיא, מיט וועמען זי האט זיך אין די פאר-מלחמה יארן געחברט. (אין פארלויף פון 7 יאר, איידער ס'איז אויסגעבראכן די 2-טע וועלט-מלחמה, האב איך מיט יעוופלאווז געהאט שותפות א ביורא פאר ביטעס, איבערזעצונגען און אנדערע ביורא-ארבעטןץ). די מערדערין מארוסיא, האט געוואלט אויסנוצן דאס בילד, כדי איבערצייגן מיך וואסערע גוטע ידידים מיר זענען געווען (א סימן אז זי האט געהאלטן ביי זיך דאס בילד די גאנצע צייט און עס ניט פארניכטעט) און אזוי ארום האט זי געוואלט ווירקן אויף מיר, אז כ'זאל רעזיגנירן פון זייער ארעסט. זי האט מיר אויך דערציילט, אז זי האט געוווּסט, אז די קריסטין אלעקסאנדרא אגרא- דזינסקא האט ביי זיך אויסבאהאלטן א יידיש מיידל און דאך האט זי איר ניט געמסרט פאר דער מאכט.

passage_ce7a6662ae2dd14b15e1fa38
Passage 3normalized OCR · source chars 1941-2996

ווען כ'האב אבער ארניסגענומען דעם מאטעריאל, וועלכן כ'האב מיט זיך געהאט און פארגעלייענט איר וועגן אירע און איר מאנס ,שיינע מעשים", האט די מערדערין קיין ווארט מער ניט אויסגערעדט. זי האט געשוויגן... און איך? איך האב מיך אנגעהויבן איינקוקן אין בילד און ניט געקענט די אויגן אָפרייסן פון מיינע טייערע קינדער. כ'האב מיך דערמאנט אן מיין גאנצער משפחה, אן מיין פרוי, מיינע 4 קינדערלאך, מיינע עלטערן, ברידער און שוועסטער, אן דער גאנצער יידישער עדה פון מיין היימשטאט; אן דעם אלעמען. וואס איז געווען און אזוי טראגיש אומגעקומען -- כ'האב געקוקט און געוויינט, געוויינט און געקוקט -- א קוואל פון טרערן האט זיך געגאסן אֶן אויפהער פון מיינע אויגן... אין א צייט ארום האב איך מיך דערוווּסט, אז דער מערדערין מארוסיא איז געלונגען אָפּצונארן דעם אויספארשונגס-ריכטער פארשטעלענדיק זיך פאר א געפערלעך קראנקער, באקומענדיק דורך דעם א געזונדהייטס-באפרייאונג. כ'בין גלייך אוועקגעפארן אין זיעלאנא-גורא און באוויזן דעם פראקוראר דעם בריוו פון פרוי מיכלע סטאלמאן-רוסמאן און איר טאכטער נינא און וועלכן ס'איז גענוי געשילדערט דאס סאדיסטישע פארהאלטן זיך פון דער מערדערין מארוסיא יעוופלאוו, 32

passage_bb51bcf7a167a1fa0cf866c6