Original scan
Original memorial-book scan 492
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1007

דער פראקוראר איז געווען אזוי איבערגענומען און גערירט, אז ער האט אין ממיץן אנוועזנהייט באפוילן צו ארעסטירן דער ,קראנקער" מארוסיא דערקלערנדיק, אז ס'איז ניטא קיין ארט אויף דער פריי פאר אזעלכע מנוולים אין פאלקס-דעמאקראטישן פוילן. אין פארלויף פון דער אויספארשונג, האבן די יעוופלאווס אויסגעגעבן דעם וווין-ארט פון מערדער לעווקאווסקי פון דארף סעמיהאסטיטש. ווען כ'בין געקומען קיין זגאזשעלעץ און זיך געווענדעט אין ,או.בע." וועגן ארעסט פון לעווקאווסקי, איז דער ,או.בע." קאמענדאנט -- צופעליק א ייד -- געווען אויף אורלויב. ווען ער האט זיך טעלעפאניש דערוווּסט וועגן צוועק פון מיין קומען, האט ער איבערגעריסן זיין אורלויב און ספעציעל געקומען, כדי פערזענלעך צו פארשנעלערן און העלפן מיר אין מיין אויפגאבע. אט אזוי האט איין רוצח אריינגעצויגן דעם צווייטן און אין א קורצער צייט ארום זענעז ארעסטירט געווארן קרים און זיעמיאן מארייקא, באבקא און אנד. פארשטענדלעך, אז יעדער ארעסט באזונדער איז א קאפיטל פאר זיך, וואס איז רייך מיט דראמאטישע מאמענטן, מיט אומגעהויערער אנשטרענגונג, מיט זוכענישן און ארומרייזן או אפילו מיט סכנת נפשות.

passage_84f132475e898d2c8b97c36c
Passage 2normalized OCR · source chars 1009-1782

אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די פוילישע זיכערהייטס-פאליציי האט מיך געווארנט איך זאל זיין פארזיכטיק, ווייל עס דראט מיר א לעבנס-סכנה. זיי האבן מיך געראטן כ'זאל אין די אוונטן ניט גיין איינער אליין אין גאס, כ'זאל ניט עפענען די טיר פון מיין וווינונג כל זמן כ'ווייס ניט אויף זיכער ווער ס'געפינט זך הינטערן טיר, כ'זאל אויסמיידן צוזאמענטרעפן מיט אומבאקאנטע פאר מיר מענטשן א.א.וו. איך האב אבער ניט אכטונג געגעבן אויף די ווארנונגען און ענערגיש פארטגעזעצט מוין הייליקע ארבעט. די פוילישע זיכערהייטס-פאליציי, האט ווי געהעריק אפגעשאצט מיין אויפטו און אלס דאנקבארקייטס-אויסברוך האט זי מיר געשיקט אן אנערקענונגס-בריוו, וועלכעוי דינט מיר ווי א טיילווייזע מאראלישע סאטיספאקציע פאר מיין אומדערמידלעכער הייליקער ארבעט. פאר- שטענדלעך אז מיין הויפט סאטיספאקציע איז דער ארעסט פון די מערדער אליין.

passage_6636877cecd8c6ae8ab41b1b
Passage 3normalized OCR · source chars 1784-2830

לויט ניט אפיציעלע ידיעות איז מיר באוווּסט, אז אין א צייט ארום איז ארעסטירט געווארן מארייקאס טאכטער אלא, וועלכע האט מיטגעארבעט מיט די דייטשן אלס איבערזעצערין, זיינע 2 איידעמס וואיטאוויטש און וויעלאווייסקי, וועלכע זענען געווען אפיצירן אין פארמלחמהידיקן פוילישן מיליטער, ווי אויך זיין זון מישא מיט דער יידישער פרוי, וועלכע זענען געקומען פון ענגלאנד. מישא האט פארנומען אין פוילישן זיכערהייטס-מיניסטעריום א הויכן אמט. % 4 * ס'איז אנגעקומען מיין ריי עולה זיין קיין ישראל. מער האב איך, ליידער, ניט געקענט אפשלעפן מיין עליה. מיט א ווייטיק אין הארץ האב איך געמוזט איבערייסן דאס פערזענלעכע פארנעמען זיך מיטן ענין און איבערלאזן צו פארענדיקן די ארבעט די פוילישע זיכערהייטס- און רעכטס-ארגאנען. איידער כ'האב פארלאזן פוילן, האב איך באזוכט אין ווארשאווער ,או.בע.", וו מ'האט מיך אינפארמירט, אז אלע ארעסטירטע רוצחים זיצן און אז אין איינקלאנג מיטן אינטער- נאציאנאלן ,עקסטראדיציע-געזעץ? וועלן זיי ארויסגעפירט ווערן קיין דאוויד"האראדאק (דאוויד- האראדאק געהערט יעצט צום ראטן-פארבאנד). וווּ ס'וועט אויפן ארט פון זייערע באגאנגענע פארברעכנס פארקומען זייער פראצעס. 13

passage_f0dd0e296680f5c35f10235c