גרליג ז 2 \א 3 לא ן(ניױיארק ) םיפוס־עפיועפי ע 1915 — 1916 שלאפקײט און קראנקײט, זאגט מען ׳זענען די שטענדיקע באגלײטער פון מלחמות און קאטאםטראפעס. עטליכע װאכן נאך דעם ארײנמארש פון די דײטשן קײן דראהיטשין איז אין שטעטל אויסגעבראכן א שרעקלעכע עפידעמיע פון ©לעק־טיפום., װאם ^^ןןןןןןןןן^^^ןן■^ן ₪. האט װי מיט פײער־ צונגען זיך געצויגן און געשפרונגען פון שטוב צו שטוב און פארצערט אלט און יונג. די שלעכטע דערנערונג און בא־ זונדערם די ענגשאפט פון די דיףות, װאו מען איז געלעגן קאפ י אויף קאפ ^וױיל ידףײ פעדטל שטאט איז פאףבףענ ט געוואףן)׳ האט נאך צוגעהאלפן דעם מלאך המות אין זײן אףבעט, ף״ל. גדלי ה קאפלאן מוףא האבנדיק פאף זײערע אײגענע פעלן, האבן די דײטשן אין די ערשטע טעג פון דער עפידעמיע פאר׳חתמ׳עט די הײזער, װאו די טויט־מחל ה האט זיך ארײנגעכאפט, און נישט געלאזט קײנעם ארויס און נישט ארײן. דאם האט אבער אויך נישט געהאלפן. די קראנקײט האט זיך מיט יעדן טאג פאר־ שפרײט מער און מער. לםוף׳ האט די דײטשע מאכט רעקװיזירט דרײ ייִדישע הײזער אין דער געםל בײם קלויםטער (װאם גײט צו די נײע גערטנער) און האט דארט אײנגעארדענט א צײטװײליקן ״לאזארעט״, שפיטאל, װעלכער איז געװארן ארומגעצוימט מיט א פארקן פון שטעכעדיקע דראט און אזוי ארום איזא־ לירט די חולאים פון דער דרזיםנדיקער װעלט.
דער אפטיילונג פון שפיטאל איז באשטאנען פון שמעון װײסמאן, אהרן לאמאװםקי(פון פינסק) אלס פעלדשער: מולקע װײסמאן, רחל בוים, פײגע רחלה װארשאװםקי, מײטע טרא־ שינםקי, א.א. אלס ״שװעסטער״, און עטליכע ײדישע בחורים, װעמען די דײטשן האבן םפעציעל אראפגעבראכט פון קאברין — אלס םאניטארן. טאדרעם לײב מילנער און מײן װײניקײט זײנען געװען די פארװאלטער פון שפיטאל. דער דײטשער דאקטאר, נאטירלעך, האט געהאט די גאנצע דעה אין שפיטאל און מיר אלע האבן געמוזט אויספירן זײנע באפעלן. װי געזאגט, דער ״לאזארעט״ איז געװען איזאלירט און אפגעשלאסן פון שטעטל. אן א םפעציעלער דערלויבעניש פון די דײטשן האט קײנער נישט געטארט ארוים און נישט ארײן. דאם גלײכן האט קײנער פון שטעטל נישט געטארט גיץ װײ־ טער פון דעם בריק. פאר עובר זײן אויף דעם פארבאט האט געדראט א שװערע שטראף. אן אויםנא ם איז געװען דער שרײבער פון די שורות. איך האב זיך געקענט באװעגן פרײ צום און פון שטאט, מחמת, עס איז געװען מײן אויפגאבע צו ברײנגן די קראנקע פון שטעטל אין שפיטאל און אפפירן די געזונט־געװארענע צו זײערע הײמען, װי אויך צו באזארגן די קראנקע מיט רעצעפטן פון דעם אײנציקן שטעטלשן אפ־ טײק.
מיר האבן אלע געארבעט איבער אונזערע כוחות אויפ צו ראטעווען די טיפוס־קראנקע, וועלכע זײנען אנגעקומען מיט יעדן טאג אלץ מער און מער אין שפיטאל. די דײטשן האבן נישט געקערט קײן םך פאר מענטשלעכע לעבנם. װי נאר עפעם־װאם, — אויב אײנער האט נישט ארויסגעװיזן אזוי שנעל קײן פארבעסערונג, האט דער דײטשער דאקטאר בא־ פוילן איינצוגעבן דעם קראנקן י א גרויסע דאזע מארפױם כדי צו פארקירצן אים דאס לעבן.. אבער מיר האבן די באפעל ן פון דײטשן דאקטאר איגנארירט. אזוי גיך װי דער דײטשער דאקטאר פלעגט פארלאזן דעם שפיטאל, האבן מיר זיך באלד גענומען צום קראנקן, וועלכן דער דאקטאר האט אפגעזאגט דאס לעבן, און געארבעט ארום אים אזוי לאנג ביז דער חולה האט געעפנט די אריגן. אזא פאל האט געטראפן מיט רחיל װאלדמאן, װעמען דער דײטשער דאקטאר האט באפוילן ארויםצופירן אין טויטן־ שטוב (געפונען זיך אין נפתלי שטײנבערג׳ם הויז). װען דער דײטשער דאקטאר האט פארלאזט דעם שפיטאל, האבן מיר, טאדרעם לײב מילנער, משה פערקאװיצקי, מײן װײניקײט א.א., ארײנגעזעצט די קראנקע װאלדמאן אין א הײמערי װאנע און געלײגט שנײ־קאלטע קאמפרעםן צום קאפ ביז רחיל האט 97