Original scan
Original memorial-book scan 120
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1395

116 דראהייטשינער עביי ע הרנ דוד׳ ליפה דל 1800 שאפער פון דראהייטשינער גולם שוין גאראין די אלטע צײטן האט מען דערצײלט, אז רב חנינא און רב אושעיא האבן באשאפן א קאלב • רבא האט באשאפן א מענטש (סנהדרין ס״ה). רב פפא האט געמאכט א גולם כדי ער זאל אים באדינען (חולין ק״ה). דאסזעלבע ווערט דערצײלט וועגן דעם גרויסן פאעט ר׳ שלמה גבירול און דעם גרויסן געלערנטן ר׳ אברהם אבן עזרא. ניט נאר ביי אונז ײדן גײען ארום אזעלכע מעשױת, נאר אויך צווישן די גויים זײנען פארשפרײט ענלעכע געשיכטע וועגן גולמים, וואס זײנען באשאפן געווארן פון באװוסטע אלכימיקער און װעלט־בארימטע געלערנטע. ביי אונז ײדן איז ספעציעל באװוםט דעם מהר״ל׳ס גולם, וועלכער האט געדינט נישט נאר דעם מהר״ל׳ נאר אויך דער ײדישער קה׳ילה אין פראג׳ אזן װעלכער האט נישט אײנמאל זײ מציל געװען פון זײערע שונאים. אין דער ײדישער מיטאלאגיע איז אויך באװוס ט דער כעלמער גולם, װאם ר׳ אליהו בעש״ט, דער אב־בית־דין פון כעלעם, האט באשאפן. (ר׳ אליהו בעש״ט האט געלעבט, בערך, אין יאר 1500.) אויך דערצײלט מען, אז דער בעש״ט האט באשאפן א גולם. די באשאפֿונג פון א גולם האט נישט נאר באשעפטיקט די מוחות פון די מקובלים נאר אויך פון די הלכה־מענטשן. אין די הלכה׳שע םפרים געפינען זיך גאנצע שאלות ותשובות צי מען מעג מצרף זײן א גולם צו א מנין, און ענלעכע אן־ פראגעס מכח א גולם.

passage_0b21d349ff177779e9c5862d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1397-2664

װעדליך ס׳זעט אויס אי ז דער גולם געװארן א זאך פון דער װירקלעכקײט, װײל ם׳איז נישט געװען קײן לאנד, װו מ׳האט נישט דערצײלט, אז דארטן איז געװען א גרויסער מקובל, װאם האט באשאפן א גולם. אײנער פון די לעצטע גולמים איז באװוסט אלס דער דראהיטשינער גולם, װאס ר׳ דוד יפה, דער אב בית־דין פון דראהיטשין האט באשאפן. װעגן דעם אויבנדערמאנטן רב װײסן מיר זײער װײניק, אויסער די אויבגדע׳רימאנטע לע־ גענדע, װאם גייט ארום צװישן די לאגדםלײט און די ײדישע ענציקלאפעדיעס. װי װײט עס איז באװוסט איז ר׳ דוד׳ם אפשטאמונג געװען פון ר׳ מרדכי יפה, דעם ״בעל הלבױזזים״!, און ער האט געלעבט, בערך, אין יאר 1800. װי מיר זעען איז ר׳ דוד געװען א מקובל אזוי װי זײן עלטער־עלטער זײדע ר׳ מרדכי יפה, און ער איז געגאנען נאך א ביסל װײטער און געטאן אין קבלה־מעשױת און באשאפ ן א גולם. װעגן דער גולם־לעגענדע האבן מיר צװײ נוסחאות: אײנע שבעל־פה און א צװײטע שבכת׳ב. אין דער לעגענדע, װעלכע איז איבערגעגעב ן געװארן פון פאטער צום זון װערט דער־ צײלט, אז יעדן פרײטיק פארגאכט פלעגט ר׳ דוד באשאפן א לײמענעם גולם, װעלכער האט געטראגן װאםער צו דער אלטער שוהל און צום רב׳ם הויז. און שבת־צו־נאכטס פלעגט דער רב דורך הײליקע שמות צעװארפן דעם גולם.

passage_5ea10c445fffc4f8897eeafc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2666-3853

אין דער לעגענדע שבכת ב װערט דערצײלט, אז דער גולם איז געװען א מין שבת־גוי, און אין װינטער־שבתים פלעגט עד הײצן די אויװנס, די ה^רובעס, אין די ײדישע הײזער א.ד.ג. אבער מ׳פלעגט אים נישט הײסן שבת צו הײצן די אויװנס. דאם פלעגט מען אים אנזאגן עהב־שבת, אזוי װי דער דין איז מכח א גוי (״אמירה לגוי — שבות״). אײנמאל, צוליב א קלײנעם טעות, װאם מען האט געמאכט בײם אנזאגן דעם גולם װאס צו טאן — האט דער גולם פאר־ אורזאכט א פײער, װאס האט פארברענט דאם גאנצע שטעטל. 2 עס שײנט, אז די מעשה װעגן דער שרפה האט א מקור, י זע: ״ספר קוברין״, עמ׳ ? 25 תל־אביב, תשי״א. * דער דאזיקער נוסח געפינט זיך אין דער ײדיש־ענג־ לישער ענציקלאפעדיע באנד 6, זײט 57. — איך האב אנ־ געפרעגט דעם שרײבער פון ארטיקל, ר׳ יהודת דוד אײזענ־ שטײן, פון װאנען ער האט גענומען די דאזיקע לעגענדע אבער, צום באדויערן, געדײנקט ער נישט. אויך רבי יעקב ש. מינקין האט געשריבּן דאס זעלבע אין — ״ױנױוערסא ל דזושואי ש ענציקלאפעדיע״ באנד 5, זײט 45. אבער אויך ער געדײנקט נישט דעם מקור פון װאנען ער האט עס גענומען. װעדליק ם׳זעט אזיס האט ער קאפירט פון דער ״אידיש־ ענגלישער עציקלאפעדיע״.

passage_293f1330f2ad06a246f243db