Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 127
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1403

רבנים 123 הרב ר׳ אײזי קעסכ ה 8 לענסאװיפש ז״ל דער לעצטער רב דאתרא פון דראהיטשין, הרב ר׳ אײזיק יעקב הכהן, קאלענקאװיטש, איז געבוירן געװארן אין תר״ל, 1870, אין שטעטל קלישטשעל (בײ ביאליסטאק). זײן פאטער, ר׳ יצחק שמריהו קאלענקאװיטש, איז געװען א למדן און האט זיך פארנומען מיט מסחר און כלל־טוערײ. זײן מוטער, בײלע, הרב ר׳ אײזיק יעקב קא.לענקאװיטש, הי״ד איז געװען א געשעפטם־פרוי. אין זײער קראם פלעגן קומען קויפן אלע פריצים פון געגנט. הרב אײזיק יעק,ב האט געהאט 4 ברידער און 2 שװעםטער. אײן ברודער, א רב, איז געשטארבן זײער יונג. דעם נפטר׳ס אלמנה האט שפעטער חתונה געהאט פאר דעם חפץ־חײם, זצ״ל, װעלכער האט אױך אויסגעהאדעװעט איינע פון די צװײ געבליבענע יתומות. הרב קאלענקאװיטש האט זײן גאנצע יוגנט פארבראכט אין די ישיבות פון גראדנע, לאמזשע, סלאבאדקע און װאלאזשין. ער איז געװען א מוסמך פון דעם װעלט־גאון הרב ר׳ חײם עוזר גראדזענסקי, זצ״ל, װילנער רב און פון אנדערע. אין יאר 1889 האט ער חתונה געהאט מיט חנה יהודית רײכמאן, די עלטערע טאכטער פון דראהיטשיגער מרא דאתרא, הרב ר׳ מנחם רײכמאן ז״ל. אין משך פון די יארן 1889־1903 האט ר׳ אײזיק יעקב פארגעזעצט זיץ לערנען אין ישיבות און די רביצין, חנה יהודית (מיט דרײ קלײנע קינדער), וועלכע האט געהאלטן א קלײן שפײז־קרעמל, איז געװען די פרנסה־געבערין פון דער פאמיליע.

passage_e141ea271e9dd539d66eef6e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1405-2470

אינן תרם״ג, 1903, איז הרב ר׳ אײזיק י. קאלענקאװיטש ~ אויף דעם ארט פון זײן שװער, הרב ר׳ מנחם רייכמאן, װעלכער איז אפגעפארן קײן ארץ ישראל, — אפיציעל אויפגענומען געװארן אלם, רב פון דראהיטשין. קײן דירעקטע שכירות פון שטאט האט הרב אײזיק יעקב נישט גענומען. נאר װי דער מנהג איז געװען, האט דער רב געהאט א מין מאנאפאל אויף דעם היװון־פארקויף, און פון דעם האט ער געצויגן זיץ חיובה פאר זײן פאמיליע. פון דעם היױון־אײנקונפט האט גאך דער רב געדארפט צאלן שכירות צום דײן, הרב זאב מילער, ז״ל, משה פאריצקערס אײדעם. אײדער ער איז געװארן רב, איז הרב אײזיק יעקב געװען קראנק אויף דער זעלבער געפערלעכער לונגען־קראנקײט, פון װעלכער זײן ברודער, דער רב, איז יונגערהײט פון דער װעלט געגאגגען. די דאקטוירים האבן אים דאן שטרענג פאר־ זאגט, אז אויב ער װיל לעבן, מוז ער זיך שטארק אפהיטן אן לעבן היגיעניש. מען קען זאגן, אז דער דאזיקער טרא־ גישער צופאל האט געהאט א גרויסן אײנפלוס אויף זײן פער־ זענלעכן ארט לעבן װי אויך אויף זײן פירוע אלם רב.

passage_64d1929726f55eadc3a0c9b8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2472-3493

אין די יארן 1914־1910, איז הרב איתי יעקב דער איניציאטאר פון בויען אין דראהיטשין א מאדערנע באד און אולטרא־מאדערנע מקוה (די ערשטע אין געגנט אין יענער צײט). די מקוה, האט ער באשטאנען, מוז זײן געמאכט פון קאכל, און דאס װאסער מוז געטוישט װערן פריש פאר יעדן פערזאן בעזונדער. (ער האט געהאלטן, אז מען קען נישט באשולדיקן די פרויען, פארװאם זיי גײען נישט אין מקוה, װײל דאס װאסער איז נישט רײן). רײנקײט און היגיענע האט בײ הרב קאלענקאװיטש פארנומען דאס ערשטע ארט. ער איז געװען קעגן ״מציצה״ מיטן מויל, װי עס איז געװען דער מנהג. און זײענדיק אלײן א גוטער מוהל, פלעגט ער צו ״מציצה״ באנוצן א םפעציעלע װאטע אויף ארויםזויגן דאס בלוט. ער פלעגט גײן נאך װײטער. װען א ברית איז אויסגעפאלן אום שבת, פלעגט ער װאשן די הענט, און הויפטזעכלעך די נעגל, מיט זײף. ער האט קײנמאל נישט געקושט די תורה בײם אויפרופן (עליות האט ער געהאט זײער אפט מתמת ער איז געװען א כהן) און אויך נישט די ציצית.

passage_c7c1ca1ef09da634be798bd0