Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 12
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1116

ואותױת פורחות״ (עבודה זרה, יח). ״דאם פארמעט װערט פארברענט, אבער די אותױת שװעבן און פליען ארום אין דער אייביקייט״. די דייטשישע רוצחים האבן די גופים פון די קדושים פארניכטעט און פארברענט, כדי צו פארװישן די שפורן פון זײער מארד! די קדושים האבן נישט קײן קברים. אבער, אונדזער ״מגילת־אש״, װעלכע איז געשריבען מיט פײערדיקע אותױת, װעט שװעכן איבער דעם גאנצן כדור־הארץ און װעט פון דעם אש, פון די פארלאשענע פונקען אויפבלאזן א פײער, אש ^ פון די פארברענטע גופים פון די קדושים װעלן װערן פײער־גליענדיקע, פליענדיקע געשטאלטן, װעלכע װעלן מיט פײערדיקע טײטלען, מיט װעלכע די רבײם האבן געטײלט די אותױת פאר די קיגדער אין די חדרים, — שטעכן אין די מוחת פון זײערע מערדער... אפילו, װען עס זאל ׳מי ט הונדערטער יארן שפעטער, פארװאלגערן זיך ערגעץ־ װאו אין א מוזעאום׳ ארכױו׳ אדער אין א ביבליאטעק, מער נישט װי אײן עקזעמפליאר פון ״םפר־דראהיטשין״, — װעט די פארטיליקטע דראהיטשינער ײדישע קהילה אײביק לעבן אין דער געשיכטע...! מיר װײםן, אז אין דעם דאזיקן ״םפר־הזכרון״, זײנען פאראן איבער׳חזר׳ונגען,

passage_5ff96ab0bf6f614491bd51ab
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1118-2006

מיר האבן אבער דאס דאזיקע בכװנה איבערגעלאזט, מחמת, מיר האבן םפעציעל געװאלט פאראײביקן די פארשײדענע װערםיעם, װעלכע װערן איבערגעגעבן אין די חורבן־שילדערונגען פון די עטליכע יחידים, װעלכע האבן אלײן איבערגעלעבט דעם גיהנום־מארד פון די דײטשן. מחמת יעדער אײנער פון זײ גיט עפעס צו, װאס דער צװײטער האט פארפעלט. יעדע כרױו, יעדע קרעכץ און געשרײ, װאס איז ארויפ־ געבראכט געװארן אויפן פאפיִר אין דעם הײסן מאמענט פון צער און צארן׳ האלטן מיר, איז היסטאריע! עס שפיגלט אפ די איבערלעבונגען פון דעם געגעבענעם מאמענט! עס איז א פאקט, איצט װאלט קײנער פון זײ נישט געקענט ארויםברענגעׇן זײערע איבערלעבונגען אין אזא שטארקער פארעם, װי מיר האבן עס אין בוך... און דערפאר האבן מיר יעדעס פארשריבענע שטיקל פאפיִר און דאקומענט, װאס האט נאר עפעס א שײכות צו דראהיטשין, פאראײביקט אין דעם דאזיקן כוך.

passage_4b019109429f42d14748e212
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2008-3272

מיר װײםן אויך, אז נישט אלץ װאס מען האט געקענט און געדארפט זאגן װעגן דראהיטשין איז געזאגט געװארן אין דעם דאזיקן םפר ... און דאס זעלבע פארקערט... אבער, אפילו אט דאס ביסעלע, װאס װערט געשילדערט דא אין בוך איז אונז אנגע־ קומען מיט קריעת ים״םוף... די שװערםטע ארבעט איז געװען צו באארבעטן, צונויפ־ שטעלן און רעדאקטירן דעם מאטעריאל, װעלכער איז געװען אינגאנצן אין זײער א רויען צושטאנד. אויך די געצייכנטע ארטיקלען, א חוץ א פאר, האט מען געמוזט איבערארבעטן אין םטיל און אין פארם, באשאפן זי פון דאם־נײ און אריינגעבן אין זײ לעבן און נשמה... דאן האט מען געדארפט קאריגירן און םעגרעגירן דעם מאטעריאל; אויסברעכן און אויסשטעלן די זײטן, לייענען די קארעקטור (צענדליקער מאל). און דאס אלעם איז געטאן געװארן פון אײן מענטשן, פון אײן שרײבנדיקער האנט... איז נישט קײן װאונדער, װאם די דערשיינונג פון בוך האט גענומען א לאנגע צייט... ואלן דא דערמאנ טװערן זלמן שעװינםקי, דער איניציאטאר פון בוך, און גדליה קאפלאן, װעלכע האבן געזאמלט א טייל פון דעם רויען מאטעריאל און בילדער. אונדזער הארציקסטן ײשר־כוח צו דעם אדמיניםטראטױון קאמיטעט און צו די אלע װעלכע האבן מיטגעהאלפן צו דער דערשײנונג פון דעם דאזיקן ״יזכור־בוך״...

passage_1067e4c754826eaecb9505a3
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3274-3549

אונדזערם ^ — איז די ארבעט... צו אונדזערע חשוב׳ע לייענער און פריינ ט געהערט דער ״ספר־דראהיטשין״... זאלן קריטיקער קריטיקירן און היסטאריקער משפט׳ן... הרכ דוב ג. װארשאװסקי חמשה עשר בשבט, תשי״ד. ב״ה, אפגעדרוקט: חמשה עשר בשבט׳ תשי״ח. ווו/ \

passage_87ba12af23aa8d44a9d2e5d1