Original scan
Original memorial-book scan 131
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1057

רבנים 127 ישיבה, איז דאן געקומען קיין קאוונע דער דועלט־גאון, ר׳ חיים סאלאװײטשיק, דער בריסקער רב. װי געװײנטלעך, זײנען הונדערטער ישיבה־בחורים געקומען צו ר׳ חײמען, אין דאם־ מארער גאסטציניצע, צו געבן אים שלום. אז איך בין צוגע־ קומען צום בריסקער רב און דערמאגט אים דעם נאמען פון מײן פאטער, האט ר׳ חײם אויסגערופן: ״א, ר׳ אליה, ער איז דאך א יקר!״ ^דער זײדע האט געהאט אײן אײנציקן ברודער, זיסל ר׳ ר׳ אליהו גאלדמאן, ז״ל (פאטער פון הרב יהודה דוד גאלדמאן) צמח׳ם, האט מען אים גערופן, זײן פולער נאמען איז געװען ר׳ אלעקסאנדער זיםקינד, א נאמען נאך דעם ״בעל יסוד שורש העבודה״ פון גראדנא. מײן זײדנס ברודער, ר׳ זיסל, איז װידער געװען דער פאטער פון מײן שװער, הרב ר׳ מרדכי זונדל רובינשטײן, ז״ל, וועלכער האט געלערנט אין אײן צײט מיט די גאונים ר׳ משה מהדכי עפשטײן און מיץ רבי, ר׳ ברוך בער לײבאװיץ, זצ״ל, אין װאלאזשין. מײן שװער איז אויך געװען א מחבר פון פיל ספרים, דארונטער די ספרים ״איש יהודי״ און ״נדודי ברוםיא״.

passage_9c666b7454c76259e1de24e8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1059-2323

מײן זײדע, ר׳ יאסעל׳ איז נפט ר געװארן אין םאמ ע ברע ן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה, אונטער א האגל פון קוילן, װאס האט זיך געשאט איבערן שטעטל. דאם איז געװען אין יאר תרע״ה׳ ערב ראש השנה. מײן זײדע איז צוזאמען מיט אלע ײדן געליגן באהאלטן אין א ן אקא פ אויפן װיאן. די לעצטע נאכט פון דער שלאכט איז ער ארוים פון אקא פ און איז ארײן אין א דערבײאיקער הויז(פון סאני דעם קאטלאר) און דארט האט ער אויסגעהויכט זײן הײליקע נשמה. מײן פאטער ר׳ אליהו׳ ז״ל, װעלכער איז דאן אויך געװען אין דראהיטשין׳ האט׳ צוזאמען מיט מײן פעטער׳ יצחק אפרימ׳ם׳ געבראכט דעם זײדן צו קבורה אויפן אלטן בית־עולם, לעבן דעם אוהל פון די אסעװיצעד הרוגים. שפעטער׳ װען איך מיט מײן פרוי און קינד האבן זיך אומגעקערט פון מאטעלע׳ װו מיר האבן אייבערגעװארט דאס ארײנקומען פון די דײטשן׳ האב איך׳ מיט דער הילף פון זײדל שטײנבערג (נפתלי דעם לערערס זון) אויפגעבויט אן אוהל אויפן קבר פון מײן זײדן. [מײן פעטער׳ יצחק אפרימ׳ס׳ זוי דערמאנט׳ איז געװען בװװוםט אלם ״יצת ק דער מישױוער״. ער איז געװען א פאסעסאר; ער האט געהאלטן הויפן אין ארענדע׳ צװישן אנדערע׳ די הויפן םטאניסלאװאװע און ראקון, יצחק אפרימ׳ים איז געװען א גרויסער עסק ן אין דראד׳יטשין.]

passage_65c748f2c130a1d5a3b99ca3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2325-3613

דער זײדע, װעלכע איז בעת זײן פטירה אלט געװען בערך 90 יאר, און ■מער װי 60 יאר געװען דיין אין דראהיטשין, איז געװען ביי אלעמען געאכטעט און געשעצט, װעמענס נאמען עס ווערט דערמאגט מיט יראת הכבוד. נאך היינט געפינט מען זײן בילד הענגע אין פיל יידישע הײזער פון דראהיטשי־ נער אין אמעריקע, ער איז געװען אײנער פון די פײנסטע טיפן, װאם די אמאליקע פאלעמיע האט ארויםגעגעבן. מײן זײדע איז א חוץ א גרויסער למד אויך געװען א נוח לבריות, א הדרת־פנים, מיט א שטענדיקן שמייכל אויף זײן פנים. ער האט קײנמאל זיך נישט געביטערט און האט שטענדיק מלמד זכות געװען אויף דעם כלל ישראל. ער איז געװען אונזער שטאלץ. איך געדײנק, װי יעדן ערב יום־כיפור פלעגט אונזער גאנצע משפחה, פון קלײן ביז גרויס, גיין צום זײדן נאך א ברכה און דער זײדע פלעגט ארויפלײגן זײנע הענט אויף יעדן אײנעמס קאפּ און מיט טרערן אין די אויגן פלעגט ער אונז בענטשן... מײן זײדע, װי אויבן געזאגט, האט געהאט פיר זין און אײן טאכטער, װעלכע זײנען שוין אלע אויף דעם עולם האמת. אבער זײנע אײניקלאך און אור־אײניקלאך, צו לענגערע יאר, לעבן הײנט אין ארץ־ישראל, ניו־יארק, פילאדעלפיע, װיר־ דזשיניא, סענט דזשאזעף (מיזורי) און אין שיקאגא. אויף אונזער זײדן קען מען זאגן: ״תפארת בנים אבותם״.

passage_3b4a5cf7bc5924b84f338be6