130 דראהיטשין הרב זאב מילער (ר׳ װעלװעל דער דײן) הרב ר׳ זאב מילער, ז״ל, באװוסט אלס ״װעלװעל דער דײן״, געבוירן 1868 צו זײן פאטער ר׳ אהרן, אן אנגעזעענער סוחר אין קלעצק, און האט באקומען זײן חינוך אין שטעטל און שפעטער אין װאלאזשין. דארט, אין װאלאזשין, האט ר׳ װעלװעל באקומען סמיכה אויף רבנות. אין 1890 קומט ר׳ װעלװעל אן צום דראהיטשינער הרב ר׳ זאב מילער, ז״ל. עםקן, ר׳ משה פאריצקער־װאלעװעלסקי, פאר ^ אײדעם. במשך פון עטליכע יאר האט ר׳ װעלװעל פארגעזעצט זײן לערנען אין בית מדרש און געװארט אויף א געלעגנהײט צו קריגן ערגעץ א רבנות־שטעלע, און די דאזיקע געלעגנהײט איז געקומען. װען דער דראהיטקןינער אלטער רב, ר׳ מנחם, איז אװעקגעפארן קײן ארץ ישראל און האט איבערגעגעבן זײן כםא־הרבנות צו זײן אײדעם, הרב ר׳ אײזיק קאלענקאװיטש, איז הרב מילער אויפגענומען געװארן אלס דײן אין ר׳ אײזיק׳ס בית־דין. אין יאר 1911 װערט הרב מילער ארויסגענומען קײן םערניק (בײ פינסק), װו ער האט פארנומען דעם כםא־הרבנות ביז 1940, װען ער איז, נאך א שװערע אפעראציע אין פינםקער שפיטאל, נפט ר :געװארן. הרב און רבנית מילער האבן געהאט 4 זין און 3 טעכטער. פון דער גאנצער פאימיליע זײנען פארבליבן בײם לעבן אײן רביצין מרים מילער; הי״ד.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1299
passage_5424a29e02c4bc84ef5466c5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1301-1882
טאכטער, שרה מירסקי, װעלכע איז נאך מיט יארן צוריק געקומען קיין אמעריקע, און איז זון׳ הרב ר׳ הירש מילער, װעלכער איז אנטלאפן פון די דײטשן מערדער־חילות און נאך פיל גלגולים, דורך רוםלאנד, יאפאן און שאנכײ, זיך דערשלאגן קיין אמעריקע. הרב הירש מילער איז דער אײדעם פון שאנכײער רב, אשכנזי. די רביצין, מרים מילער, מיט די אנדערע קינדער: ר׳ אהרן פון לענען (בײ לונענעץ); הרב ר׳ לײב, רב פון סערניק? הרב ר׳ מנחם, רב פון װיסאצק (בײ פינסק); די טעכטער חנה און פערל מיט זייערע פאמיליעס, זײנען אומגעקומען. הי״ד.
passage_a975a673831d373a83a6ef83