Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 135
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1011

רבנים 131 הרב ר׳ נח הכהן דל הרב ר׳ נח הכהן קאהן, ז״ל, רב פון פוילישן צד אין דראהיטשין, איז געבוירן געווארן אין יאר 1891 ביי א רבני־ שער פאמיליע אין קאמעניעץ ליטארוסק. זיין פאטער הרב ר׳ ישעיה איז געווען פון די חשובים פון שטאט. נאך אלס קליין ײנגל האט נח ארויסגעװיזן גרויס חשק און פעאיקײט אין לערנען און קומט אן אין דער ישיבה פון ר׳ הרב ר׳ נח קאהן, ז״ל ברוך בער׳ן אין סלאבאדקע. שפעטער פארט ער אין דער װאלאזשינער ישיבה, װו ער האט געלערנט א ריי יארן מיט גרויס התמדה. אין יאר 1913, בערך, קומט ר׳ נח אן פאר אן אײדעם צו הרב ר׳ דוד מרדכי יודאװסקי אין דראהיטשין. פאר א צייט נאך דער חתונה זעצט פאר ר׳ נח זיין לערנען, צוגרײטן זיך צו רבנות. ער יהאט דאן באקומען סמיכה פון די גרויסע גאונים און ראשי ישיבה ר׳ רפאל פון װאלאזשין און ר׳ ברוך בער לײבאװיץ, זצ״ל. נאך דער פטירה פון הרב ר׳ מרדכי יודא ו ו ס ק י, ז״ל, ווערט הרב ר׳ נת קאהן דער ממלא מקום פון זיין שװער.

passage_3ae713ab88ffbe3033529bd3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1013-2245

ר׳ נח׳ן איז אבער נישט באשערט געוואױן צו לעבן רואיג, װײל באלד נאכדעם האט אויסגעבראכן די ערשטע װעלט־מלחמה. עס זענען אנגעקומען יארן פון צרות און פײן. ר׳ נח׳ס הויז און בית־המדרש זענען צוזאמען מיט פיל אנדערע ײדישע הײזער פון שטאט פארברענט געווארן אין די מלחמה יארן. פיל פון זײנע בעלי בתים זענען צעשטארבן, ל״ע, אין דער טיפוס־עפידעמיע. ר׳ נח מיט זײן רביצין, עטקע, און זײערע קלײנע קינדער האבן אדורכגעלעבט גרוילעכע יארן פון נויט און שרעק. טראץ זײן אייגענער געדריקטער לאגע האט זיך ר׳ נח פיל מאל אײנגעשטעלט פאר זײנע דראהיטשינער לגבי דער דײ־ טשער מיליטערישער מאכט, בײ װעלכער ער האט אויסגע־ פועלט די באפרייאונג פון פיל יידישע ױנגעלייט, װעמען עס האט געדראט שװערע שטראפן פאר אויסמײדן צװאנגס־ ארבעט, נאכדער מלחמה איז ר׳ נח׳ן געלונגען צוריק אויפצובויען זײן הויז, אבער זײן חױנה איז אים אעעקומען מיט גרויס שװעריקײט. און בכלל האט ער נישט געזען פאר זיך קײן גוטע צוקונפט אין דראהיטשין, האט ער באשלאםן אװעק־ צופארן קײן אמעריקע, אין יאר 1929 איז ר׳ נח קאהן מיט זײן פאמילי אנגע־ קומען קײן באלטימאר, װו ער איז אויפגענומען געווארן אלם רב אין טאװריגער שוהל ״אנשי אמונה״.

passage_66e914b68d6d1450b285aa86
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2247-3298

ר׳ נח און זײן פאמיליע האבן זיך געפילט גליקלעך, װאם ענדלעך נאך אזויפיל מאטערניש און װאגלעניש זײנען זײ צוגעקומען צו א ברעג. זײ זײנען געװען באזארגט מיט פרנסה און פאראויסגעזען א גוטע צוקונפט פאר זײערע קינ- דער. זײער עלטערער זון האט געלערנט אין ר׳ יצחק אלתנן׳ם ישיבה אין נױ־יאירק און האט זיך געגרײט צו באקומען םמיכה. איז דער זון פלוצלונג ארײנגעפאלן אין א שװערע מחלה און געשטארבן, ל״ע... דער דאזיקער אומגליק האט געהאט א פאטאלע װירקונג אויף ר׳ נח׳ן... עס האט אונטערגעגראבן זײן ■געזונט. אין 1938, חול־המועד סוכות, האט ר׳ נח פלוצלונג באקומען א הארץ־אטאק און איז נפטר געװארן. תנצב״ה, ר׳ נח האט איבערגעלאזן זײן פרוי, עטקע, א זון און א טאכטער אן שום מיטלען צום לעבן. אבער מיט דער הילף פון גוטע פרײנט איז עטקען געלומע ן איבערצונעמען א םפרים־ געשעפט אין באלטימאר, װאם איז אוועק בהצלחה. די קינדער האבן שוין חתונה געהאט, די טאכטער פאר א רב, און דער זון איז מיט דער מוטער אין געשעפט. פרטים פון י. ב. װארשא

passage_9917a730b52e9177ec092906