Original scan
Original memorial-book scan 139
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1108

רבנים 135 פון דער ססח נײערמאן תלמוד תורה (10 יאר) ׳״שערי שלוס״ און ״בית־אליעזר״ (דרעקמל בולװאר). פון יאר 1933 ביז 1954 איז הרב גאלדמאן רב אין ׳/בית ישראל אנשי יאנאװע״ שוהל (3905, 14טע סטריט). לעצטנס איז ער רב פון ״מחזיקי־הדת״ שוהל, אויף דעם ארט פון הרב הג׳ ר׳ חיים מעתיק, ז״ל (נפטר געװארן ו׳ טבת, תשט״ו, 31־טן דעצעמבער, 1954). הרב גאלדמאן האט פאר א לענגערע צייט באזוכט דעם ״לואיס אינסטיטוט״, ווו ער האט שטודירט די ענגלישע שפראך און ליטעראטור. ער באזיצט אויך די העברעאישע שפראך, און שרייבט פון צייט צו צייט (אין ענגליש און ײדיש) אין פארשיידענע צייטונגען און זשורנאלן. הרב גאלדמאן איז דער עקזעקוטױו־דירעקטאר פון /׳מרכז הרבנים דשיקאגא״; דירעקטאר פון ״האיאם״, בית מדרש לתורה, ועד החינוך, ײדישע טאג שול (״פאראקיעל־סקול״) און פון ״אוק פארעסט״ ן פינאנץ־סעקרעטאר פון דער שוהלן־ דױויזיע פון ״קאמביינד דזשואיש אפיל״ ן סעקרעטאר פון ״קרן הצלה״; דירעקטאר פון ״מזרחי״ און שטאטישן מעות חטים־ קאמיטעט ן סעקרעטאר פון פארײניקט ן קאמיטעט פון די בית־ עלמין׳ם אין װאלדהײם.

passage_f48165848bc78d96053ce372
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1110-2465

הרב והרבנית גאלדמאן האבן געראטענע דרײ זין און אײן טאכטער ואלכסנדר זיסקינד, תלמיד פון בית מדרש לתורה און אן ״אקאנטענד״ן הרב אליהו, רב פון ״װעסט אוקלײן דזשואיש קאמױניטי סענטער״ אין פילאדעלפיען הרב יוסף, רב אין נארפאלק, װירדןשיניא; און מרת חיה ליפשע (אױלין) קעיטם, גראדואירטע ״סאשעל־װאירקער״ און געענדיקטע לערערין פון ״קאלעדזש א װ דזשואיש סטאדיעם״ן דער אײדעם נחום (נאחמאן) קעיטס איז פראקטיצירנדער הויפט־אינזשינער פון א גרױסער פירמע און געװ. פרעזידענט און פירער פון דער צױניסטישער יוגנט־באװעגו ע אין שיקאגא . הרב מרדכי מינהאװיטש הרב ר׳ מרדכי מינקאװיטש (מיגקאװ) איז געבארן געװארן אין בוטען, לעבנםלאנים. זײן פאטער, ר׳ שלום שכנא, אן אנגעזעענער בעל־הבית אין שטעטל, האט געגעבן זײגע קינדער א ן עכט־ײדישע דערציאונג. צו 12 יאר פארט דער יונגער מרדכי צו לערנען אין סלאנימער ישיבה, און אפזײענדיק דאדט אנדערהאלבן יאר קומט ער אן אין מירער ״שיבה, װו ראש ישיבה איז דאן געװען הרב הגאון ר׳ חיים לײב, ז״ל. פאר א צײט האט ער אויך געלערנט אין די ישיבות פון נאװאראז־אק און זשאלודאק. פון זשאלודאק פארט ער אריבער אין דער דאן בארימטער מאלטשער ישיבה, װעלכע איז געװען אנגעפירט פץ די גרויסע גאונים און ראשי ישיבה, ר׳ זלמן םגד ר און (שפעטער) פון ר׳ שמעון שקאפ, זצ״ל. א יאר צײט האט ער אויך געלערנט

passage_56af1d8a4e91a59c74dbad10
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2467-3702

אין ראדינער ישיבה. צום סוף קומט ער אן אין אײשישאק אין כולל, ווו די מערהײט פון די בחורים און יונגעלײט האבן געטאן אין הוראה, צוגרײטנדיק זיך צו רבנות און טאקע דארט, אין אײשישאק, האט ר׳ מרדכי באקומען סמיכה אויף רבנות. נאך דעם זעלבן יאר 1899, װען ער איז געװארן א מוםמך, האט ר׳ מרדכי חתונה געהאט מיט דער ייינגסטער טאכטער פון ר׳ משה פאריצקער (װאלעװעלסקי) פון דראהיטשין, חנה־ בײלע, מיט װעלכער ער האט געהאט פינף קינדער, צוױי זין און דרײ טעכטער. פאר די גאנצע יארן, װאם ר׳ מרדכי איז געװען א תושב אין דראהיטשין האט ער זיך גישט פארװמעװן מיט קײן רבנות. אים האט בעסער געצויגן צו מסחר. פון זײן לעדער־געשעפט, װאם ער האט אויפגעמאכט גלײך נאך דער חתונה האט ער געהאט פרנסה בכבוד. אין געשעפט האט אים פיל מיטגע־ האלפן, און אפשר אין גאנצן, זײן פרוי, חנה־בײלע, װעלכע איז געװען אן אמת׳ע אשת חיל. ר׳ מרדכי האט זיך ^געגעבן פיל מיט שטאטישע ענינים. ער האט אין משך פון 23 יאר אנגעפירט מיט דער חברה־ש״ם אין אלטן בית מדרש, ווו ער איז אויך פאר דער גאנצער צייט געװען דער בעל מוסף אין די ימים־נוראים. בכלל, איז ר׳ מרדכי געװען זייער אנגעזען אין שטאט און אלע האבן אים געאבטעט.

passage_39619229471466dc882045d8
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3704-4546

אין 1924 איז ר׳ מרדכי מיט זײן גאנצער פאמיליע גע־ קומען קיין אמעריקע. אויף דער עצה פון זײן אמאליקן ױגנט־ פרײנט פון זשאלודקער ישיבד״ר הג׳ ר׳ ישראל ראזענ־ בערג (פרעזידענט פון אגודת הרבנים פון אמעריקע), האט זיך ר׳ מרדכי ווידער גענומען צו מסחר. מיט דער אקטױוע פינאנציעלער הילף פון די דראהיטשיגע לאנדסלײט אין נױ־ יארק האט ער געעפנט א שפײז־געשעפט (״גראסערי־םטאר״) און עס האט אים, ב״ה, אפגעגליקט. איז ער דאן ארײן אין הורט־מסחר פון אויל, און אויך אויף דעם געביט האט ער מצליה געװען. ר׳ מרדכי איז געװען, שלא על מנת לקבל פרס, במשך פון 3 יאר רב אין דראהיטשיגע שוהל אין נױ־יארק און גלײכצײטיק געזאגט אויך א שיעור אין ״יבנה״־ישיבה. נאכדעם איז ער 4 יאר געװען רב אין װאלקאװיסקער שוהל (נױ־יארק) און שפעטע ר אין א שוהל אין בראגקם.

passage_e7f05ed085b1c8a2c8e29eee
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4548-5155

פאר דער צײט איז אים ׳ר׳ מרדכ׳ן אפגעשטארבן די פרוי/ חנה־בײלע, ע״ה, װעלכע איז געװען די עקרת־הבית און דאם איז פאר ר׳ מרדכי׳ן געװען א גרויסער קלאפ. מיט עטליכע יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט צום צװײטן מאל מיט שמעון דעם רופא׳ם א טאכטער, רבקה. לעצטנם, צוליב זײן עלטער און שװאכקײט, האט זיך ר׳ מרדכי צוריקגעצויגן פון יעדער טעטיקײט. מיט די געשעפטן פירן היינט אן זיינע צװײ זין׳ ישראל און מיכאל, װעלכע גײען אין ײדישן װעג און האלטן אן די טראדיציע פון זײערע עלטערן. עס דארפן אויך דערמאנ ט װערן זײנע טעכטערו שרד״ יהודית און אם.תר.

passage_897e9486bbd7427a7c523044