Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 141
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1428

רבנים 137 הרב דוב כץ װארשאװסקי הרב דוב בער װארשאװסקי איז געבוירן אין דראהיטשין צו זײנע עלטערן ר׳ דוד און פײגעל. פון זײן פאטערס צד שטאמט ער אפ פון דעם דראהיטשינער אב בית־דין, דעם גאון און מקובל, ר׳ דוד׳ל יפה, זצ״ל. ער האט געלערנט אין חדר און פריװאט בײ די בעסטע מלמדים און לערער פון שטעטל. אחוץ למודי־קודש האט װארשאװסקי אויך שטודירט למודי־חול. ער האט שטענדיק געהאט די אמביציע צו זײן פון די פלײסיקסטע און בעסטע תלמידים פון חדר אדער קלאס. סוף 1921 שיקט אים זײן פאטער צו לערנען אין דער פרעמד. צוליב א צופאל ווערט ער מגולגל קײן װילנע און קומט אן אין ״ראמײלעס״־ישיבה, װעלכע איז דאן אנגע־ פירט געװארן פון הרה״ג ר׳ הירש גראדזענסקי, א ברודער פון גאון ר׳ חיים עוזר גראדזענסקי, ז״ל. אין װילנער ישיבה האט ער געלערנט 2 יאר, און אין דער פרײער צײט האט ער אויך באזוכט גורעװיטשעם םעמינאר. פון 1923 ביז 1932 האט דוב געלערנט אין גראדנער ישיבה, בײם בארימטן גאון און ראש ישיבה, ר׳ שמעון יהודה שקאפ, זצ״ל. אין צװישנצײט האט ער במשך פון א קארגן יאר אויך געלערנט אין קאברינער ישיבר״ו װ ראש־ישיבה איז געװען הרב הגאון ר׳ פסח פרוסקין, ז״ל. אין 1932 פארט ער אװעק קײן װארשע, שליסט זיך אײן אין בית־מררש אויף טװארדע 10 און טוט אין הוראה. גלײכ־ צײטיק פירט ער אן פאר א קורצער צײט מיט דער ישיבה, װאם האט זיך געפונען אין זעלבן בית־מדרש.

passage_6e51336c542d280d36ebe694
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1430-2650

אין 1933 באקומט ר׳ דוב שמיכא פון די פ^זיגנדיקע רבנים גאזנים: הרב ר׳ שלמה דוד כהנא (הויפט־רבי פון װארשעװער ראבינאט); הרב ר׳ יצחק שוםטער (םאקאלקער רב); הרב ר׳ יחיאל מאיר בלומענפעלד (ר״מ פון ״תחכמוני״), ז״ל, װי אויך אן אפיציעלע סמיכה אין פויליש (פאר דער מאכט), גע׳חתמ׳עט פון די רבנים פון װארשעװער בית־דין: הרב שלמד, דוד כהנא, הרב מ. קאנאל, הרב פ. זילבערשטײן און הרב חיים פאזנער, ז״ל. פון דאן אן (1932) ביז זײן,אװעקפארן קײן ענגלאנד האט הרב װארשאװסקי געלעבט אין װארשע. ער איז געװען רב אין שוהל פון ״ברית־החײל״ אויף עלעקטאראלגיע גאס, און האט אויך געלערנט גמרא מיט די עלטערע קינדער פון די ײדישע פאלקס־שולן אויף יטװארדע 14 און קופעצקי גאס. אויםנוצנדיק זײן גרויסע באקאנטשאפט צװישן די װארשע־ װער עסקנים, האט װארשאװסקי באזארגט פיל דראהיטשינער קראנקע מיט דאקטוירים; ארײנגעגעבן זײ אין שפיטאל אויף טעזיסטע; געלאפן עטלעכעמאל א װאך אין שפיטאל מבקר־ חולה זײן די חולאים און געטראגן זײ עסן; גענוצט זײן פרא־ טעקציע בײ די פארטײען װעגן באקומען סערטיפיקאטן; און בכלל מקרב געװען יעדן דראד,יטשינער, װאס האט זיך געפילט פרעמד און עלעג אין דער גרויסער פרעמדער שטאט.

passage_f9c35eb9310939588e429e70
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2652-4031

דע ם 15 ־ט ן נאװעמבער, 1938, געלינגט הרב װארשאװסקי׳ן ארויםצורײסן זיך פון באדראטן װארשע און אנצוקומען קײן עעלאנד. דעם 20 ־טן אפריל, 1939, האט ער דארט חתונה מיט חנה׳ן, די טאכטער פון הרב יהושע און רביצין רחל שפעטמאן פון לאנדאן. אין פארלויף פון 8 יאר איז װארשאװסקי געװען רב אין טיזדײל םטריט שוד,ל, װאו ער ר,אט אויך געגרינדעט א תלמוד־תורה. דעם 21 ־טן אפריל, ^ 19, קומט אן הרב װארשאװסקי מיט זיץ פאמיליע קײן אמעריקע און באזעצט זיך אין שיקאגא, װו ער איז א חבר פון ״מרכז־הרבנים״ און אין משך פון דרײ יאר רב אין א שוהל. געזעלשאפטלעכע טעטיקײט זײענדיק פון נאטור עמפינדלעך צו די לײדן פון דעם געיאגטן און געיפלאגטן און בכלל צו ײרישע צרות און פאר־ פאלגונגען, ווערט הרב װארשאװסקי נאך פון זײן פריסטער ױגנט באהערשט פון דער ארץ־ישראל אידײע, ער איז אן אקטױוער זאמלע רפאר די קרנות און עגערגישע מיטבויער פון ײדישן לאנד, פאר װעלכס ער איז געװארן באערט מיט אן אויסצײכענונג פון דער צױנייםטישער צענטראלע אין װארשע. שפעטער, מיט דער פארשארפונג יפון די פארטײ־קאמפן אויף דער ײדישער גאס, און באזונדערס צוליב די אראבישע פאגראמען אויף די ײדן אין ארץ ישראל (1929), שטעלט זיך הרב װארשאװםקי אויף דער זײט פון זאב זשאבאטינסקי׳ם רעװיזיאניםטישער באװעגונג. ער איז הויפט־מיטגרינדער און סעקרעטאר פון הצה״ר אין דראד,יטשין.

passage_828e88482259108c25feeac9
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 4033-4933

אין 1932 טראגט ער איבער זײן טעטיקײט אויפן װארשעװער באדן. ער איז פארװאלטונגס־מיטגליד (1933) פון װארשעװער ״בירית ישורון״ (רעליגיעזע רעװיזיאניסטן); מיט־גרינדער פון אלװעלטלעכן ״ברית־ישורון״ און ״ברית־חשמונאים״; געװען דעלעגאט פון ״ברית־ישורון״ אויפן גרינדונגס קאנגרעס פון דער נ. צ. א. (נײע צױניסטישע ארגאניזאציע) אין װין אין 1935; געװ. מיטגריגדער (1935) און מיטגליד פון הויפט־לײטונג פון /׳״איחוד־דתי״, שפעטע ר ״אחדות־ישראל״ (פארײניקונג פון ״ברי ת ישורון״ און גרופעס פון מזרחי און אגודה) ביי דער, ג צ. און מיטארבעטער פון אירע ארגאנען ״רעליגיעזער פראנט״ און ״ײדישע טריבונע״; געװ. קצין און מנהל־תרבותי פון הויפט־קאמאנדע פון ״בירית־ישורון״; געיװ. קצין און קולטור־סעקרעטאר פון װארשעװער קרײז־קאמאנדע פון ״ברית־החײל״; רב פון װארשעװער ברית־החײל־שוהל; געװ. מיטגליד פון נאציאנאל־ײדישן

passage_e596fe3d80025f9b041a7f00