3 רבנים 141 לצװ (נױ-יאד 7 ו) ר׳ אליהו מרדכי לעװינאװיין ז״ל א. צװישן די אונצייליקע לענגענדעם װועט אמאל אױף פאר־ נעמען א באזונדערן פלאץ די געשיכטע פון דעם אײנפאכן אבער פאפולערן דארפישן צדיק׳ באװוסט א.נ. ״דער כאלא־ זשינער שמיד״. ר׳ אליהו מרדכי לעװ״נאװיץ האט זײן ױגנט אדורכגעמאכט אין גרויס ארעמקײט און דחקות. ער האט געדארפט ארבעטן שװער און ביטער אין זיץ קוזשניע אין כאלאזשין כדי צו שפײזן זיץ פרױ און קינדער• צו אלעמען איז אים פלוצלונג גאר יױנג אפגעשטאףבן זיץ פריזי און ער האט געמוזט אױך זײן א מוטער צו זײנע קלײנע קינדער. אין קורצן נאכדעם האט ער חתונה געהאט צום צװייטן מאל. און דא הײבט זיך אן דאם עול לגדולה זיץ פון דעם כאלאזשינער שמיד. ניט אזוי שנעל און גרינג איז אים דער שנוי לטובה אנגעקומען. נאר זײן שטארקע עקשנות איז אים בײגעשטאנען׳ און ער האט מקײם געװען דעם מאמר חז״ל; ״הוי עז כנמ וקל כנשר׳ רץ כצבי וגבור כארי״. דעם ערשטן תנאי.מיט זײן צװײטער פרױ חאט ער גע־ מאכט אז זי זאל אים נישט שטערן אין זיץ נײער אונטער־ נעמונג׳ צו גײן לערנען תורה.
ר׳ אליהו מרדכי לעװינאװי ץ האט איינגעזען, אז צו נעמען א מלמד צו זיך אין דארף איז ניט פאר זײנע כחות׳ ר,א טער זיך געמאכט א םדר־מאנטיק און דאנערשטיק האט ער עולה־רגל געװען קײן פינסק (אויב איך ^מאך ניט קײן טעות, אן ערך פון 14 רוסישע װיארסט), געדונגען זיך א מלמד און געזעסן און געלערנט מיט התמדה לויט זײנע מעגלעכקײטן. אונטער אלע אומשטענדן און אונטער אלע שװערע װע־ טערן איז דער ,׳פאלאזשינער שמיד״ מאנטיק און דאנערשטיק עולה־רגל געװען קײן פינסק נאך א האלבן טאג שװערע קוזשניע־ארבעט צו דערקװיקן די נשמה מיט א פרשה חומש. ווען ער האט גענומען משיג־זײן אביסעלע מער איז צו זײן גײסטיקן פארגעניגן גאר קײן שיעור נישט געװען. א באזונ־ דערן נחת־רוח איז אים צוגעקומען װען ער יהא ט ארײנגע־ קראגן א ספר׳ל פון נסתרות און רמזים אויף עברי־טײטש, דאן האט ער אינגאנצן אנגעקװאלן. אויך אין די שפעטערדיקע יארן, שוין נאך זיץ מפורסם װערן, געפינען מיר אין זײן אוצר הספרים א גאנג (״םןעט״) ״חק לישראל׳/ חומשים מיט׳ן ״בית יהודא״ (רש״י אויף עברי־טײטש), דעם םפר׳ל ״שערי צױן״ א.ד.ג. דאס הײסט, אז די הויפט פון זײנע למודים האט ער געלערנט אויף עברי־טײטש.
צו יענער צײט האט געלעבט אין קארלין (א טײל פון פינתק) דער גאון־עולם ר׳ דוד׳ל קארלינער זצ״ל. דער כאלאזשינער איז געװארן א גאר־אפטער ארײנגײער צום גרויסן גאון וצדיק, און װי עס פארשטײט זיך, זעענדיק װי אזא פשוט׳ער ײד, װי ר׳ אליהו מרדכי, איז זיך ממש מוסר נפש פאר לימוד התורה״ האט אים דער גאון ר׳ דוד׳ל מקרב גע־וען. ר׳ דוד׳לס התקרבות צו ר׳ אליהו מרדכי׳ן האט גע־ האט א גרויסע װירקונג אויף זײן גאנג פון לעבן. פון מײנע קינדער יארן געדײנק איך־עס איז געװען פארשפרײט די לעגענדע, אז דער גאון האט אים געגעבן א ברכה, אז אין זכות פון זיץ מסיירת־נפש פאר לימוד החורה זאל זײן נאמען קלינגען איבער דער גאנצער װעלט. ואס קבלה היא נקבל.. . ב. אז דער מזל האט ר׳ אלייהו ■מרדכי׳ן גענומען שפילן איז אפילו דער נאמען פון דערפול כאלאזשין בארימט געװארן. עס איז גענוג געװען צו זאגן בלויז ״דער כאלאזשינער״ — האט מען שוין פאר מײלן װײט געװוסט װעמען מען מײנט. צענדליגער ס,פורי מעשױת זענען צװישן פאלק פארשפרײט געװארן װעגן דעם כאלאזשינער גוטן ײדן, יעדער אײנער מיט זײן נוםח. און ניט נאר צװישן ײדן, נאר אפילו צװישן קריםטלעכע שכנים איז ער באלד אנערקענט געװארן װי א בעל מופת (אדער זגאכער). די קריםטלעכע שכנים פלעגן דערצײלן אז װױ ר׳ אליהו מרדכי גייט פארבײ א פעלד קומט אריץ דארט די ברכה.
ײדן מיט אנגעװײטיקטע הערצער (און אזעלכע ײדן האבן דאך ניט אויסגעפעלט), האבן גענומען שטראמען צום כאלאזשינער גוטן ײדן מארבע פנות העולם, װער מיט פערד און װאגן און װער מיטן באן. די םטאנציע ױכנאװיטש ביי פינםק, די נאענסטע צו כאלאזשין, איז אויך געװארן א שם־דבר. האט א ײד געזוכט אן עצה־טובה אין מםחר, איז מען געפארן צום כאלאזשינער גוטן ײד׳ און מעםתם האט נאך השי״ת געהאלפן און דער ײד איז באגליקט געװארן דורך דעם גוטן יידנ׳ס עצה און ברכה. װאלד־םוחרים, װעלכע פלעגן זיך נישט קענען דערװארטן אויפן פראסט ארוים-