רבנים 143 פאדערט זײ זאלן בענטשן די חתן־כלה און זײ טאקע דערבײ אאערופן בײ די נעמען, — איז געשען א גס. װי נאר דער צדיק האט פארענדיקט די דאזיקע אײנלאדונג זענען צעפלאצט געװארן די גלעזער פון די בליץ־לאמפן אין דעם הויז פון דער שמחה. עס האט געהײסן, אז די הײליקע נשמות האבן אנטײל גענומען אין דער דאזיקער שמחה און האבן זײער הסכמה געגעכן. אנדערע הארבאכער ײדן האבן אפילו געװאלט עפעס אראפדינגען פון אלטער׳ס. דערצײלטע ספורי נסים, אבער דער חתן־בחור האט זיך געהאלטן בײ זײנס.,. ] זײער אינטערעסאנטע בילדער שטײען מיר פאר די אויגן פון דער חתוגה, װאס איז אויך פארגעקומען אין ׳כאלאזשין. אלס זײער גוטע אוי׳פגעלעבעטע שכנים איז אונזער משפחה אויך געװען אײעעלאדן צו דער דאזיקער חתונה. באמת האט מיר דאן מײן נסיעה קײן כאלאזשי ן ע׳פע ס אביסל גע־ שראקן. אין מיץ פאנטאזיע האב איך זיך פארגעשטעלט, אז װיבאלד א װעלט פארט צו׳ם כאלאזשיגער מוז ער דאך זײן עפע ם א גדול־הדור און זײענדיק דאן א 9 ־יאריקער גמרא־ בחורל, הײגט טאמע ר גיט דער כאלאזשינער עפעס א פרעג א שװערע סזגיא און איך װעל נישט װיסן ׳ איז דאך ״אוי לאו׳תה בושה ואוי לאותה כלימה״. . איך האב אבער באלד אויסגעפונען אז איך האב געהאט א פחד־שוא (אומזיסטע שרעק).. .
קומענדיקײן כאלאזשין האט זיך זײער געווארפן אין די אויגן די אויסערגעװײנלעכע הכנות און די פאראדנעקײט צו דער חתונה. פון גאנץ װײט האט געשײנט פאר די אויגן א גרויסער באלאגאן, װאם איז עקםטרע צוגעגרײט געווארן פאר דעם גרעסטן עול וואס קען מעגלעך צוקומען. קוקנדיק אויף אזא שײנעם געדעקטן באלאגאן האט מיר מײן קינדער־ שע פאנטאזיע פארפירט צו די //יריעות־המשכן״.. .
א זדערעולם צו דער חתונה איז געװען זײער גרויס און פארשײדנארטיק איז איבריק צו דערמאנען. אבער פון אלע צוזאמענגעפארענע און געסט האט אויף מיר דאן געמאכט דעם שענסטן אײנדרוק ר׳ יעקב אױואניקער, ע״ה, אדער װי מ׳האט אים גערופן פשוט ר׳ יאנקעלע אױואניקער (אױואניק איז געװען א ײדישע קאלאניע נעבן פי׳נםק), א ײד א מופלג בתורה וביראה און דערצו נאך א פקח, א חכם. איבערהויפט האט זיך זײן פקחות ארויסגעװיזן װען ער איז לכבוד שמחת חתן וכלה געווארן אביםעלע בגילופינדיק. אויסער דעם װאם ער האט ניט אויפגעהערט צו לערנען(געשאט מיט מאמרים אויסנװײניק) האט ער נאך צוגעפעפערט מיט אײגענע שיינע װערטלעך און געדאנקען. און אט׳ צום בײשפיל׳ לזמןיר דא איבערזאגן א פאר פון זײנע װערטלעך װאם זײנען מיר גע־ בליבן אײנגעקריצט אין זכרון. אזוי, װי עס האט אים אלס פרומען ױד געערגערט די שעטנז־טענץ פון געװיסע פארלעך, איז ער זיך ׳מישב און טאנצט אריין מיט׳ן לאנגן טלית־קטן צװישן די פארלאך און מאכט זיך מערער פרײלעך װי גע־ װײנלעך. דער אלגעמײנער עולם האט פון װאם צו לאכן. אבער דער שטנז־טאנץ איז בײ דעם פארל נעבעך צעשטערט געװארן, װען דער ױנגערמאן האט גענומען פראטעסטירן,
האטים ר׳ יאנקעלע, ז״ל, געענטפערט בזה״ל: ״װאס שטײט דיר אפשר ניט אן, ױנגערמאן, מיט מיר צוזאמע צו טאנצן, — צולי ב מי ץ לאנג ן טלית־קט ן מיט ציצית וביסטו דאך, במחילה, א נאר. אז יאנקעלע אױואניקער גייט אין גאס מיט די לאנגע ציצית שרײען אלע — יאנקעלע דער אױואניקער גײט; אבער אז דו װעסט גיץ אין גאס װעט מען זאגן אז א גוי גייט. װעסטו דאך שרײען אז דו ביסט א ײד, אבער װער װעט דיר גלויבן? אײן ברירה װעט דיר בלײבן — ארונטער־ צוציען די מלבושים״... אדער אזא פארצײ מוסר צו דער יוגנט! ״דער טײװל װײם איך װו מ׳ד.אלט מיט אײך. קומט אמתר תענית, זאגט איר אז איר זענט פון המנ׳ס חבר׳ה (כדי ניט פאסטן), און װי נאר עס קומט צו די פורימ׳דיקע קרעפלעך — אהא, איר זענט שוין פון מרדכי׳ס חברה...״ א^װ. אויף מארגן אין דער פרי נאך דער פאראדנער חתונה זײנען אלע געםט געלאפן צו ר׳ אליהו מרדכי׳ן נאך ברכות׳ און װי זײן שטײגער האט ער געטײלט די ברכות מיט א פולער האנט צו יעדן אײנעם װאם האט זיך נאר צו אים געװענדעט. דעם שבת פון שבעה־ברכות האט שוין דער כאלאזשינער געפראװעט אין ׳הארבאכע, און אזוי ארום האט הארבאכע זוכה געװען אז דער כאלאזשינער צדיק זאל איר באערן מיט א שבת׳דיקן באזוך צום ערשטן מאל. ה ׳דער גורל האט געװאלט, אז דער כאלאזשינער זאל װערן א תושב אין הארבאכע.
געװען איז עס ערב יום כפור תרע״ה ווען דאם דערפאל כאלאזשי ן איז נאר־װאם אקופירט געװארן פון די דײטשן . ר׳ אליהו מרדכי דער כאלאזשינער איז צוליך די מלחמה־ געפארן פארבליבן אין כאלאזשין דעם יום־הקדוש אן א מנין . אײנגעװיקלט אין טלית און קיטל איז ער געשטאנען און מיט א הײליקן ציטער געזאגט די הײליקע תפילות פון ״כל נדרי״ . מיטאמאל האט זיך צו זײנע אויגן דערטראגן א העלער שײן פון דעם דארפישן תבואות־מאגאזין װאם איז גע־ שטאנען אין דער זעלבער שורה פון זײן הויז . און עפעס װי מיט אן אומנאטירלעכן קראפט האט אים א צי־געטאן צו יענער ניכטיקער שײן ׳פון מאגאזין, אין װעלכן עטליכע פון די נאר־װאם אנקומענדיקע דײטשן האבן זיך אײנגעארדנט אויף נאכטלעגער.. , װי ניט מיט זײן קראפט איז ר׳ אליהו מרדכי געלאפן אין דער ריכטונג פון דעם לײכטנדיקן מאגאזין . ״האלט; ״ ״האלט: ״ — האבן די דײטשישע זעלנער מיטאמאל אויסגעשריען , דערזעענדיק דעם אומדערװארטטן און אין װײםן־אײנגעהילטן גאםט . ר׳ אליהו מרדכי , דאן שוין אין די זיבעציקער , איז שוין אבער טויבלעך געװען און דעם זעלנערישן אויסרוף ניט דערהערט און אלץ װייטער געגאנגען אין דער ריכטונג פון דער ליכטיקער שײן . מיטאמאל האט אפגעהילכט א שאס און