Original scan
Original memorial-book scan 155
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1218

רבנים 151 הרב רמשה זאנ הרב ר׳ משה װעלװל שקאלניק, ז״ל, באקאנט אלס ״ר׳ משה װעלװל דער מלמד״, איז געבוירן 1860, בערך, אין קאסאװע בײם לאנים. צו 10 יאר איז ער געװארן פאריתומ׳ט פון זײן פאטער און מוטער און געװארן אויפגעבראכט דורך קרובים און פרײנט. ביז 13 יאר געלערנט אין חדרים און אין בית מדרש אין שטעטל. דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבה אין מאלטש און אין סעלץ פאר זיך. צו 20 יאר האט ר׳ משה װעלװל באקומען סמיכה אויפן הרב ר׳ משה זאב שוקאלניק, ז״ל• רבנות, װי אויך קבלה אויף שחיטה, האט אבער פון זײנע צװײ פראפעסיעס ■נישט געמאכט קײן נוצן אין לעבן. נאך דער חתונה האט זיך ר׳ משה װעלװל באזעצט אין דראהיטשין און געװארן א גמרא־מלמד. ער איז געװען א גוטער בעל־מסביר און קײן תלמידים האט אים קײנמאל ניט געפעלט. ער האט אין דראהיטשין אויפגעשטעלט הונדערטער גמרא־ תלמידים, פיל פון זיי זײנען שפעטער געפארן לערנען אין די ישיבות. ר׳ משה װעלװל איז געװען א זעלטענער טיפ. אוזוזץ זײן לומדות אין ש״ם און פוסקים, איז ער אויך געװען א בעל־ שקאלני ה״ל מדות, א טאלעראנטער מענטש װאם האט יעדן איינעם ח געװען לכף זכות. האט אויך געהאט א גוטן חוש פאר ישישן הומאר.

passage_88af031ee0672f64ac009613
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1220-2188

הגם, דער האט געהאט א שטאט אויפן מזרח אין אלטן בית־ מדרש, האט מען אים שטענדיק געפונען זיצן ביים טיש לעם אװון, װו ער האט מײן געװען אין א ספר אדער געלערנט מיט אימיצן. ער האט אװדאי געקענט זאגן א לומדישן בלאט גמרא פאר װאויל־לערנער, האט ער אבער בעסער פארגע־ חוה לאה שקאלניק, ע״ה. צויגן צו לערנען מיטן פשוטן עולם א פרשה חומש אין די פרײטיק־צונאכטן און א שטיקל תהלים אדער חײאדם בין מנחה למעריב אינדערװאכן, ער האט געהאט א גײסטיקן וגע־ נוס אויסצושמועסן זיך מיטן ברײטן עולם און דער עולם װידער האט הנאה געהאט פון זײנע תורה־װערטלעך א ח מלתא דבדיחותא. ער האט אויך געהאט א סדר צו לערנען אלימ פון צװײ אזײגער פארטאג ביז דעם ערשטן מגין. ר׳ משה װעלװל איז אויך געװען א גוטער בעל תפלה, בעל־קורא און בעל־תוקע, האט געגעבן צדקה טיילמאל אי־ בער זײנע מעגלעכקײטן. אלס הײסער ציוני איז ער געװען פון די ערשטע צו קויפן די אקציעס פון דער קאלאניאל־באנק.

passage_2738526732fb1951f0159288