Original scan
Original memorial-book scan 156
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1287

152 דראהיטשיינען אין 1920 איז ר׳ משה װעלװעל אריבערגעקומען מיט זײן פאמיליע קיין שיקאגא און ■פארגעזעצט זײן םדר פון לערנען אין דראהיטשיינער שוהל, קהלת־יעקב. שפעטער איז ער גע־ װארן אויפגענומען אלם ;רב אין כאמסקער שול׳, און פאר א צײט געזאגט דעם בלאט גמרא אין תפארת־צױן־שול, ווו דער לאמזשער גאון, הרב ר׳ יהודה לײב גארדאן, איז געװען מרא דאתרא, װעלכער האט פון ר׳ משה װעלװלען ושטארק גע־ האלטן. הרב ר׳ משה װעלװל איז נפט ר געװארן כ׳ שבט, 1941 אין שיקאגא. * חוה לאה שקאלניק ע״ה, פרוי פון הרב ר׳ משה װעלװל, איז געבוירן 1864 בערך, אין זאסינאװער הויף בײ ברעזע. איר פאטער ר׳ אהרן קאםאװםקי איז געװען דער פאקטער פון הויף. אחוץ אירע שטוביקע אויפגאבן, האט זי אויך געפו־ נען צײט צו העלפן אבדערע. זי פלעגט אפט דורכפירן הויז־ צו־הויז זאמלונגען פאר װיכטיקע צדקה־צװעקן. צוגעזען אל־ מנות, יתומים און אינטערעםירט זיך מיטן גורל פון אבױן. דיזעלבע טראדיציע האט זי אויך פארגעזעצט אין אמעריקע. חוה לאה איז געשטארבן ו׳ ניסן, 1931 אין שיקאגא. די שקאלניקם האבן געהאט -פינף קינדער: אסנה, שרה, הערשל זעליג שקאלניק (א באקאנטער ״אינשורענם ברא־ קער״ אין שיקאגא) און שלמה שקאלניק (א כאװומטער לאיע ר אין שיקאגא). הרנ שמואל י• האפלאן דל

passage_3cda0a1dc67d3a15c718f1ad
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1289-2670

הרב ר׳ שמואל ישראל הכהן קאפלאן, ז״ל, א ברודער פון הרב אברהם יהודה הכהן אוזן פון אליקים געצל קאפלאן, איז געווען א געבוירענער פון דראהיטשין. א םאך יארן האט ער פארבראכט אין ישיבות און איז געווען א מוסמך פון גדולי־ ישראל. פון דער סלאבאדקער ישיבה קומט אן ר׳ שמואל ישראל פאר אן איידעם צו הרב יחיאל מיכל האוושא, רב פון שקוד, ליטע. נישט לאנג ווארטנדיק באקומט יהרב קאפלאן א כתב־ רבנות פון קאלנער קהילה (בײ לאמזשע) און האט פאר־ נומען דארט דעם כםא־הרבנות כל־ימױ, יביזן חורבן. הרב קאפלאן האט געהאט צוויי זין און פיר טעכטער. אײן זון, א ישיבה־מאן, איז, ל״.ע, געשטארבן יונגערהײד. דער צװײטער זון, הרב יחזקאל קאפלאן׳ אן אײדעם פון לאמזשער דיין און רב, האט פארנומען די פאדבראזער רבנות (לעיבן װילנע) און איז געווען באװאוסט פאר א גרויסן לימודן און בעל דרשן. ר׳ שמואל ישראל האט אויך געהאט ישיבה־ לײט / תלמידי־חכמים, פאר אײדעמם. פון אט דער גרוייסער רבנישער פאמיליע איז, לײדער, קײנער נישט פארבליבן. אלע זײנען אומגעקומען. הי״ד! הרב אכרהם י. ה8פל8ן ז״ל הרב ר׳ אברהם יהודה הכהן קאפלאן׳ ז״ל, יאנאװער מורה־ הוראה, איז געבוירן אין דראהיטשין בײ א בכבודיקער משפחה. זײן פאטער, אליקים־געצל, איז געווען א מוקיר־רבנן און פון די נכבדים פון שטאט. ר׳ אברהם יהודה איז געווען א מחונך און א מוסמך פון הײשישאקער ישיבה בײ װילנע.

passage_c7d6354abd6bebf8f532de81
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2672-3442

הרב ר׳ אברהם יהודה הכהן קאפלאן, ז״ל. נאך דער חתונה האט הרב קאפלאן אנגעפירט אין משך פון 13 יאר מיט א ישיבה אין באברויסק. פון דארט איז ער געװארן ארויסגענומען אלס מורה־יהורא׳ה קיין יאינאװע (לעבן דראהיטשין), װאו ער האט משמש־בקודש געװען 28 יאר׳ ביז זײן פטירה אין די ׳דרייסיקער יארן. הרב קאפלאן האט בײ זיץ לעבן דורכגעלעבט א שרעק־ לעכע טראגעדיע: זיעע צװײ זין, תלמידי־חכמים, זײנען, ל״ע, געשטארבן ױנגערהײד. ר׳ אברהם יהודח חאט פון דעם אומגליק נישט געקענט קומען צו זיך און דאם האט אים אויך מקצר־ימים געװען. נאך ר׳ אברהם יהודה׳ם פטירה איז זײן זון, הרב ר׳ ױסף׳אן אײדעם פון הרב בלוױוײס פון בריס.ק, געװארן זיץ ממלא מקום. ר׳ ױםף און משפתה. זײנען אומגעיקומען. הי״ת

passage_2c6da084c7013ba56e5030c6