Original scan
Original memorial-book scan 157
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1082

רבנים 163 הרב ר׳ צבי אריה לעװי ז״ל הרב ר׳ צבי אריה לעװי איז געבוירן ראש־חדש חשון שנת תרל״ז, אין דראהיטשין, גראדנע ר גובערניע. זײַן לומדישער פאטער, ר׳ שמואל לעװי, האט דעם יונגן צבי אריה געגעבן אן עכט ארטאדאקסישע דערציאונג. ער האט געלערנט בײַ די בעסטע מלמדים פון שטעטל. שפע־ טער האט ער זיך גע־ נומען דערנענטערן צו די גרויסע לומדים פון דעם געגנט און טײלװײז געלערנט איינעד אלײן אין בית מדרש. צװישן די, ^ װאם האבן אים שטארק מקרב גע־ װען און געלערנט מיט אים, איז געװען דער מרא דאתרא, הרב הצדיק ר׳ מנחם רײכמאן, ז״ל. שפעטער פארט ער מיט זײַן מוטער, חנה, הרב צבי אריה לעוּי ז״ל און פאמיליע קײן ירושלים (דער פאטער איז דאן געװען אין אמעריקע), װו ער האט געלערנט אין דער ישיבה תורת חיים און איז געװארן א תלמיד מובהק פון הרב צבי מיכל ז״ל. אין די אװנט ביז מיטן־נאכט האט ער געשריבן די חידושי תורה פון זיין רבי׳ן, ר׳ צבי מיכל, ז״ל. ער האט דערנאד, מיט זײַן רבי׳ן און חברים־ תלמידים, אפגעריכ ט חצות און נאכדעם געגאנגען שלאפן.

passage_ca6c73a87a11acbdbfae6b65
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1084-1979

װען ער איז אלט געװארן אכצן יאר, האבן אים זיינע רביים געראטן ער זאל זיך אויסלערנען צו זיין א סופר. ער האט זיך עס אויסגעלערנט און איז געווארן איינער פון די בעסטע סופרים אין ארץ ישראל. צו 24 יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' אהרן פאן ז״ל (װעלכער האט צו יענער צייט געמאכט א גרויסן רושם מיט א מיניא־ טור מאדעל פונעם בית המקדש, װאס ער האט געמאכט און האט עס שפעטע רפארקויפט צום מוזעאום אין בערלין). ביז א יאר נאך דער חתונה, האט ער זיך נאך אלץ אפגעגעבן מיט דער מלאכת קודש פון א ספר סת״ם, אבער ער האט פון דעם ניט געהאט גענוג פרנסה. איז ער דעריבער דאן אנגעקומען אלס הויפט ילערער אין דער תלמוד תורה אין רחובות. אין פארלויף פון דער צייט זואם ער איז דארט געװען, האט ער געדרוקט א גרויסע צאל מאמרים אין ״חבצלת״— א צייט־ שריפט װאס איז דאן דערשינען אין ירושלים.

passage_da6367a8c7364514f7ba4758
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1981-3122

װען ער האט פארלאזט רחובות, איז ער אויפגענומען געװארן אלם א לערער אין דער קאלאניע ״עקרון״. דורכן אים איז די תלמוד תורה געשטיגן און גע׳שמ׳ט אין דעם געגנט, אזוי, אז אנדערע קאלאניעס ׳האבן זיך מתקנא געװען און האבן אים גענומען נאכטאן און גרינדן ענלעכע תלמוד־ תו׳רה׳ס. שפעטע ר איז ער מזכיר פון עקרון. אין יאר תרם״ח איז ער באשטימט געװארן אלם דעלעגאט פון די גרויסע ירושלימער אינסטיטוציעס ״תלמוד תורה ובקור חולים״, אין װעמענס אינטערעסן ער האט באזוכט ענגלאנד, קאנאדע, און אמעריקע. אים איז געלונגען אײנצושטעלן שטענדיקע באצי־ אונגען צװישן די אמעריקאנער שטיצער און די ארץ־ישראל׳־ דיקע אנשטאלטן. נאכ דע ר ערשטע ר װעלט־מלחמה הא ט הרב לעווי מיט זײן פאמיליע זיך באזעצט אין נױ־יארק און גענומען זיך צום חנוך. ער האט אלײן געגרינדעט תלמוד־תוהה׳ם, געשאפן קינדער, און אין א קורצע׳ר צײט שפעטער, איז אים געלונגען צו גרינדן די גרויסע ישיבה ״תורה מצױן״ אויף סטאן עװענױ, אין בראנזװיל. במשך פון מער װי א צענדליק יאר איז די ישיבה געװען אײנע :פון די ערשטע װאם האבן כובש געװען דאם ײדישע קינד פאר ײדישע למודים.

passage_7b20d42e185ca31d22ac3767
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3124-4390

זעענדיק דאן, אז אין דעם געגנט װער האט געװוינט (אין איסט פ׳לאטבוש) איז פשוט א מדבר שמם איפ׳ן גע־ ביט פון קינדער ׳דערציאונג, האט ער זיך איינער אלײן גע־ שטעלט לערנען אין א קעלער און האט גיך צוגעצויגן צענד־ ליקער עלטערן, װעלכע האבן אים מיט שמחה אנפארטרויט זײערע קינדער זי צו דערציען. אין פארלויף פון א קורצער צײט, איז אים גע׳לונגען צו שאפן פאנדן אויף צו בויען א בנין פאר א צװייטער פאםיקער ישיבה, װעלכע עקזיסטירט ביז היינט צו טאג אונטערן נאמען: ״ישיבת ראשון לציון״ אין איסט פלעטבוש. אין יאר 1935 האט ר׳ צבי ארי׳ ארויסגע־ געבן א דרוש םפר א.נ. ״מחנה שמואל״. אין זײנע לעצטע יארן, אין אים, לײדער, אויסגעקומען צו טיילן דעם זעלבן שיקזאל פון פיל אנדערע גײסטיקע ׳פיא־ גערן, װעלכע האבן זײער לעבן אוועקגעגעבן פארן װוילזײן פון קהל און אליק ׳פארזען געװארן. צום סאמע לעצט איז אים נאך געלונגען צו ארגאניזירן א תלמוד תורה מיט א שול ״מחנה שמואל״ אין בארא פארק און א צװײטע ת״ת מיט א שול א.נ. ״רחובות״ אין איסט ניו־יארק. אזוי שטײענדיק אויף זײן פאםט אלס מחנך פון ױנג און אלט איז ער ה׳ ט׳בת, תרצ״ז, נפטר געװארן און געקומען צו קבורה אויף דעם בית עולם פון ״אגודת אחים אנשי דראהיטשין״ אין ניו־יארק .

passage_7bb44bcd1f93d715bcb07b1d