Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 169
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1343

רבײם און חסידים 165 געזעסן ארום טיש׳ און אזוי האט ער געטאן מיט יעדן גע־ ריכט. ישבת אינדערפרי צום דאװגען, איז דער רבי געזעסן אין זײן חדר־המיוחד ביז נשמת. צו נשמת איז דער רבי ארײנ־ געקומען אין שטיבל און זיך געשטעלט דאװנען בײם עמוד. זײן דאװנען איז געװען הארציק און נשמה׳דיק, פון אײן װארט ביזן צװײטן פלעגט ער זיך ״פארגײן״ און דער עולם איז געשטאנען סארגאפט און געװארט, אז מען האט געהערט אים װידער ארויםזאגן א װארט, איז דאם געװען װי דער רבי װאלט צוריק לעבעדיק געװארן. נאכ׳ן דאװנען האט זיך דער רבי װידער פארמאכט אין זײן חדר־המױחד, און די שטעטלדיגע חסידים זײנען גע־ לאפן אהײם צו מאכן קידוש און װאשן זיך און אינזינען גע־ האט צו בענטשן בײם רבינס טיש. אזוי גיך װי די חסידים האבן זיך צונױפגעקליבן אין חסידים־שטיבל, האט דער רבי געמאכט קידוש און עס האט זיך איבערגע׳חזר׳ט די זעלבע צערעמאניע װי פרײטיק־צו־גאכט בײם טיש. שלש־סעודות איז אויך פאר-געקומען אויף דעם זעלבן אופן. די מלוה־מלכה פלעגט געפראװעט װערן מיט גרויס שמחה און התלהבות ביז האלבער נאכט. דערבײ פלעגט דער שמש אויסרופן די נעמען פון די חסידים װאם פלעגן קויפן פלעשער װײן פאר דער סעודה און דאס געלט פלעגט דער רבי אװעקשיקן קײן ארץ ישראל צו צעטײלן פאר נצרכים, דאס האט געהײסן ״קאבריגער חלוקה״.

passage_a84b63e00695128e7bcee3a6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1345-2693

דער רבי פלעגט ביי יעדן סעודה זאגן תורה און דער עולם האט זיך צוגעהערט מיט גרויס אויפמערקזאמקייט. דער געדראנג ביים רבינ׳ס טיש איז געווען זייער גרויס. מען איז ממש געשטאנען קאפ אויף קאפ, יעדער איינער האט געוואלט כאפן עפעס א ווארט פון דעם וועלכער האט מיט פארגלאצטע אויגן געזאגט זייער שטיל, געשילונגען א ווארט, זיך פאר־ גאעען און נישט דערזאגט... דער עולם האט מיט דורשט געשלונגען יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון רבינ׳ס מויל, כאטש פיל פון די צוהערער האבן נישט פארשטאנען דעם רבינ׳ס תורה. נאך יעדער שטיקל תורה האבן חסידים גע־ זונגען א ניגון און געכאפט א טענצל, מיט וועלכן די קא־ ברינער חסידים האבן זיך אויסגעצייכנט. דעם רבינ׳ס קומען קיין דראהיטשין איז געווען א פרײ־ לעכע דערשיינונג. נישט נאר חסידים, נאר אויך סתם פיל גײגעריקע פון שטעטל פלעגן זיך מיט געוואלד אריינכאפן אין חסידים־שטיבל און מיטפרייען זיך מיט די חסידים. דעם רבינ׳ס קומען פלעגט אריינברענגען א דערהויבנקייט אין דעם וואכעדיקן לעבן פון שטעטל. פרטים פון דעם ארטיקל פון שלמה פאדאלעווסקי פון בוך ״האראדעץ״. ר׳ משה אהרן ז״ל דער לעצטער פון ר׳ משה׳לע קברינערס דינאסטיע (גזע), זצ״ל, איז געווען דער רבי ר׳ משה אהרן ראבינאוויטש, וועל־ כער איז צוזאמען מיט די איבעריקע קדושים אומגעקומען דורך די דייטשן, ימ״ח שמם, אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

passage_5ab55cd1525878d9e28bdb43
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2695-3825

אוי ףזי ץ פני ם אי ז געװע ן אויסגעגאם ן אצילו ת או ן ירא ת שמים . זײנ ע אויגן , װא ס זײנע ן געװע ן שטענ ־ די ק געװענדע ט צו ם הימל , האב ן אויםגעדריק ט ״אי ך בי ן גרײ ט צ ו דינע ז ידיר״ . ע ר אי ז געװע ן א ר ׳ מש ה אהר ן מקאברין , הי״ד ! קפדן , א ן שטרעבונגע ן צ ו הערשן . ע ר הא ט קי ץ זא ך ני ט מחד ש געװען . ע ר הא ט פאר ־ געזעצ ט ד י טראדיצי ע פו ן זײנ ע עלטערן . ע ר אי ז געװע ן א ן עקםטרעמיס ט או ן הא ט געריופ ן צ ו דינע ן דע ם בור א עול ם אויפריכטי ק א ץ מי ט ליבע . ע ר הא ט ני ט געמאכ ט קײנ ע יפשרות . זײ ן הוי ז אי ז געװע ן ברײ ט אפ ן פא ר יעד ע ביטער ע הארץ . ע ר הא ט קײנ ע נסי ם ני ט סאװיזן , אבע ר װע ר ע ם אי ז ארוי ם פו ן זײ ן הוי ז הא ט װ י געפונע ן א רפוא ה צ ו זי ץ קראגקהײט ; פו ל מי ט האפנונג , טרײם ט או ן אויםזיכ ט אוי ף בעסער ע צײטן . ע ר הא ט קײגמא ל ני ט צוגעזאגט , נא ר פלעג ט בענטש ן או ן מתפל ל זײ ן פא ר א קראנקן , אדע ר פא ר א פרו י װא ס אי ז גע ־ געגאגגע ן שװע ר צ ו קינד . אי ן פא ל פו ן גוי ט פלעג ט ע ר געב ן זײ ן ספר , װא ס ע ר הא ט באקומע ן בירוש ה פו ן זײנ ע עלטערן , א ז מע ן זא ל ע ם לײג ן צוקאפנ ס פו ן קראגקן . מעגטש ן האב ן ׳געגלויב ט אי ן דע ר םגול ה פו ן דעם י דאזיק ן םפר .

passage_a6c9ed6507c403c9773cfb43
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3827-4736

דער קאוורינער חסידישער צענטער האט זיך געפוגע ן אין א זײטיק בלאטיקער געםל (ראטנער), וווּ ס׳איז געשטאנען דעם רבי׳נס הויז, א געװײנלעכער צװײ־שטאקיקער בנין, מיט זײן בית־מדרש. דאס איז געװען סימבאליש, וואס אין דער בלאטע מיט שמוץ ארום האט עקזיסטירט א גײסטיקער לעבן פול מיט זויבערקײט. א גאנץ יאר פלעגט ר׳ משה אהרן ארומװאנדערן און בא־ זוכן זײנע חסידים אין די ארומיקע שטעטלעך. ער איז ניט געװען קײן מנגן. אז ס׳איז געקומען שמחת־ תורה פלעגט ער טאנצן מיט א ספר תורה אין האנט, איז ניט געװען קײן כח אין דער װעלט װאם זאל אים קענען אפ־ שטעלן. די בית־מדרש קינדער פלעגן מיט אומגעדולד װש־טן א גאנץ יאר אויפן יום־טוב—שמחת בית השואבה און שמחת־ תורה—זײ זאלן זוכה זײן צו טאנצן מיטן רבי׳ן. ר׳ משה אהרן, כאטש ער איז געװען דער רבי נאר פון די חםידים פון קאברין און אומגעגנט, דאך האט ער געדינט אלם

passage_f2d94196143cff04a7160e33