Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 178
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1117

174 דראיהיטשין 8 נילדלפוון ?ןמאליהן חדר ,;ראדיא׳ / װארשע , 15 נאװעמבער , 1935 אויב די רעגנדיקע חשון־טעג זײנען פאר עמיצן נודנע׳ נישט אנגענעם , זײנען זײ פאר דעם קלײנעם דוד׳ל געװען ממש פײנלעך . די חשון־טעג זײנען פאר אים געװען די ערג־ סטע פון גאנצן יאר . אין חדר — דער רבי מיטן קאנטשיק פאסעװעט די הויט... און אינדרויסן — דער זלידנער רעגן און עסנדיקע קעלט קריכט אין די בײנער . װאלט דאם , געװען זומער , אדער װינטער / אפילו אין די גרויסע פרעסט , װאלט ער שױן געפונען א עצה : ער װאלט זיך װי־עם־איז ארוים־ גע׳גנב׳עט פון חדר און אויסגענוצט די צײט אויף דער נאענטער לאנקע אדער אויפן גליטש . אבער איצט איז אומ־ מעגלעך ארויםצושטעקן א נאז אויפן גאס... אינדרויסן גיסט אן אויפהער א קאלטער רעגן . די בלאטע איז גרויס , נישט מעגלעך א טראט צו שעלן . און ער , דוד׳ל׳ מוז א גאנצן טאג זיצן אין חדר . איצט שפירט ער אז פילט , װי גוט דער יום־טוב איז געװען . ער האט א גאנצן חודש געהאט פרײ . ער האט געלעבט זארגלאז , פרײלעך און האט זיך גארנישט ארומגעקוקט , װי שנעל דער יום־טוב חודש איז פארשװונדן .

passage_1b27735165244a841415f5dc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1119-2507

םך־הכל איז איצט צווײ װאכן נאך סוכות, און אים דאכט זיך, אז עס איז שוין חדשים, יארן. ער זוכט פארשײדענע תירוצים צו פארבלײבן א טאג אין שטוב. ער װאלט װעלן קראנק זײן, ליגן אין היץ, אבער, אויף־צו־להכעיס, איז ער געזונט, און די מאמע טרײבט אים אין חדר. זײנע דראבנע פיםעלעך טאפטשען אין.די גרויסע און טיפה בלאטעם, קױם װאם ער באוועגט זיך. אויף די פים גײט ער אנגעטאן א פאר שטיװעלאך, מחמת אנדערש װאלט ער נישט אדורך די בלאטעם. טײלמאל בלײבט ער זינקען אין בלאטע. אײדער ער נעמט ארויס. אײן פום, זינקט־איץ דערװײל דער צװײטער. קױם מיט צרות געלינגט אים ארויםצוקריגן זיך פץ זומפ. ער איז דאן אינגאנצן פארבלאטיקט און פארברודיקט. אט איז ער שוין נעבן חדר. דוד׳ל אטעמט־א פרײער. איצט איז דא א נײע שװעריקײט: די בײנאכטיקע רעגנם האבן גענצלך פארגאםן דעם צוגאנג צום חדר. מ׳זעט נישט קיץ ברעקלי יבשה. דוד׳ל האט אבער נישט קיץ צײט צו טראכטן אץ זוכן עצות. פאר יעדן מינוט פארשפעטיקן װארט אויף אים דער קאנטשיק. ער גײט־אריץ מיט די שטױועלאך אין טײך, און שוין איז ער אויף יענער זײט. ארײנקומעגדיק אין חדר געמט אים אויף דער שטרײטנער בליק פון רבי׳ן. בעת־מעשה גײט־אדורך א ציטער איבער זײן קלײן גופ׳עלע. כאטש בײם רבי׳ן לערנט ער איצט פון נאך סוכות, האט ער אבער שוין געהאט גענוג צײט צו שפירן אים אויף זײנע פלײצעס אץ בײנער.

passage_2127c206ce8b57ee91ab8e84
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2509-3811

דער רבי, א מאן פון מיטל־וװקם, מיט א ברײטער בארד, גרויםע ברעמען איבער די אויגן, איז געװען ^־װס ט אין גאגצן שטעטל פאר זײער א בײזן ײד. געוװםט האט מען, אז א ײנגל װאס קומט־אן צו אים לערנען, װעט שוין בײ אים קײן האניג נישט לעקן. בײ דעם רבי׳ן, שמואל האט ער גע־ הײסן, האט מען געמוזט קענען, און אויב נישט — האט־ער מיט געװאלד ארײנגעקלאפט.. , דער חדר איז באשטאנען פון אײן צימער נישט גאר קײן גרויםער. בײם פענסטער איז געשטאנען אן אלטער טיש מיט א פאר בײנקלאך און ארום אים זײנען געזעסן פון 15 ביז 20 ײנגלאַך, װעלכע האבן מיט די פינגער געטײלט איבער די חומשים. א שטיקל פרײד אין די ״טרויעריקע״ טעג.איז געװען פאר דוד׳לען, װען דער רבי האט אין א געװיסן פרימארגן גע־ מאלדן די קינדער, אז הײנט נאכמיטאג זאלן אלע ברײנגעד לאמטערנעם, װײל פון הײנט הויבט מען אן לערנען אין אװנט. דוד׳ל איז גרײט געװען אין יענעם מאמענט צו פארגעסן אלע עװלות, װאס דער רבי איז קעגן אים באגאנגען. דעם טאג איז דוד׳ל ארײנגעפאלן מיט א שמחה אין שטוב אריץ, אז מען זאל אים קויפן א לאמטערן. דעם גאנצן נאכ־ מיטאג איז אים שוין דאם לערנען נישט געקראכן אין קאפ. דוד׳ל האט געװאלט, עס זאל שנעלער נאכט װערן: װײל דע ד לאמטערן דארט אין װינקעלע האט אים נישט צורו געלאזט.

passage_5e70394f9756a35425ac0121
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3813-4705

ענדלעך זײנען זײ באפרײט געװארן. אלע קינדער זײנען שוין גרײט מיט די לאמטערנעס אין די הענט. דער רבי זאגט זײן אן צו האלטן זיך אין ארדנום אויפן גאס. אבער װי נאר די קלײנע קונדסים האבן פארלאזן דעם רבינ׳ם שטוב, אזוי האבן זײ פארגעסן אן רבי׳ן, אן חדר און אלעמען. איצט אין דער פינצטערער גאכט זײנען זײ די בעלי־בתים. די מחנה פילדערט, שרײט אן אויפהער און איעער שפארט דעם צװײטן. פלוצלונג גיט זיך איינער א צי־אױם אין בלאטע. עס ווערט א גרויסער געלעכטער. מען הויבט אים קױס אױף א נאםן, א פאדבלאטיקטן. דער רעגן זשימזשעט פאמעלאן / מאנאטאן. דאס גאנצע שטעטל איז אײנ־ געהילט אין א געדיכטער פינצטערניש. מען זעט נישט קײץ מענטשן, אבער די חברה־ױנגװארג מאכט זיך גארנישט פון דעם. ביסלעבװײז ווערט די מחנה קלענער. יעדער גײט צו זיך אהײם. אויך דוד׳ל טיילט זיך אב פון זײנע חברים און אײלט

passage_9eca3b30d950b9800956e7d3