Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 185
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1001

181 פערזענלעכקײטן און טיפן פאראינטערעסירן זײנע צוהערער. ער װארפט אן פלענער; ער װיל א גוטן ײדישן חינוך פאר די קינדער און א תחפה פאר די עלטערע׳ װעלפע זײנען אפגעפרעמדט געװארן פון ײדישן םפר. ער זאגט תורד״ ציטירט װיםנשאפטלעכער און פילאזאפן׳ און װײזט אויף אז מיר ײדן זײנען אגדערש װי אלע פעלקער. ײח מוזן גײן קעגן שטראם. אלם רעזולטאט פון דעם׳ ווערט געבוירן זײן ״איבערבוי־בשועגונג״, װאם צילט ״אויםצובעסערן דאט ײדישע פאלק פון אינעװײניק אויס דורך עקאנאמישער פראדוקטױויזאציע און גײסטיקער :דער־ הויבונג״. אין 1938 גיט ער ארויס א בראשור ״איבערבוי״, װו ער פראפאגאנדירט זײן אױײע פון א דריי־פאכיקער רעװאלוציע אין לעבן פון ײדישן פאלק׳ און נעמלעך: א םאציאל־ עקאנאמישע, א נאציאנאל־פסיכאלאגישע און א נאציאנאל־ קולטורעלע. שװארץ איז קײנמאל נישט געװען קײן פאר־ טײ־מאן. ער איז פאר אינטעגראלער ײדישקייט, ער װיל אן אינטעגראלן ײד און א גאנץ פאלק. שװארץ ארבעט איבער זײנע כוחות, טראץ דעם פאר־

passage_1c2079f39338b98df1cf9b79
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1003-2123

בא טפון די דאקטוירים. ער רעדט און איז מסביר. ער חלומט פון אן ארגאניזירטער יידישער קהילה אין בוענאם־אײדעס און טרוימט פון א ״ועד־הקהילות״ פון דעם דרום־אמערי־ קאנער ײדנטום. און װירקלעך, א טייל פון זיינע טרוימען זײ־ נען געווארן פארװירקלעכט. ער איז מיטשאפע ר פון דער ײדישער קהילה אין בוענאם־אײרעס: מיטגרינדע ר פון רא־ בינאט; ארגאניזירע ר פון די ״עונג־שבת״־לעקציעס און פון זונטיק־קורםן; געװע ן הויפט־מיטשאפע ר פי ן ״ײװא״־ארכױ ו און צענטראלע ר ביבליאטעק, פאר װעלכע ער האט אלײ ן בײגעשטײערט אן אוצר ספרים און דאקומעגטן, א. א. װ. פאר זיינע פארדינסטן האט די ״ײװא״־פארװאלטונג א נאמען גע־ געבן א שטודיר־צימער פון דער צענטראלע ר ביפליאטעק אין גײעם קהילה־בני ן — ״צב י שװארץ״. צום ע־הוגדערטן געבוירן־טאג פון רש״י, האט צבי שװארץ׳ צוזאמען מיט די שרײבער ידידי ה אפרון׳ נחמן גע־ זאע און ױםף מענדעלסאן׳ ארויסגעגעבן רש״י־ביכער אין דרײ שפראכן: ײדיש, העברעאי ש און שפאניש. די שפאנישע איבערזעצונג האט געמאכט דער שריפטשטעלער שכג א רעז־ גיק. אויף צבי׳ם איניציאטױו איז אויך ארויס דער ״כוזרי״ אין העברעאיש און שפאניש.

passage_907c921708fe729cc7fb7747
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2125-3523

אין יוני 1942 הויבט אן שװארץ ארויסגעבן זײנע ״שריפטן״ א חודש׳לעכע אויסגאבע פאר אינטעגראלער ײדישקייט מיט אן אויסװאל פון ד;י אוצרות פון אלטן און גײעם ײדנטום. יעדע רנאמער האלט אן 80 זײטן און איז א קװאל פון ײדישער לערע און װיסן. די לעצטע יארן איז צבי שװארץ געװען א שטארקער חלוש׳ער האט געליטן אויף א הארץ־קראנקײט און האט זיך נישט געקענט באװעגן. די כליה פון אײדאפעאישן יידנטום האט נאך פארערגערט זײן געזונט־צושטאגד און שוין ליגנ־ דיק אויפן טויטן־בעט האט ער אנגעשריבן א צוואה, װי אזוי אויפצובויען דער שארית־הפליטה. ר׳ צבי שװארץ איז געשטארבן כ״ב טבת, תש״ה — דטן יאנואר, 1945, אין בועגאס־אײרעס, ארגענטינע. מלך ראװיטש שרײבט: ״אויף זײן לויד״ בײם אפענעם קבר, האט זײן פרוי לאה געהאלטן א הספד, װאם איז ממש א קלאסישע רעדע פון אן עכטער ײדישער אשת־חיל״. מיט דעם חודש־זשורנאל ״שריפטן״, װעלכער דערשײנט אויך הײנט (זינט יוני 1942), פירט אן זײן פרוי לאה שװארץ, בײ דער אקטיװער מיטארבעטערשאפט פון די שרײבער אברהם גאלאמב, ישראל עפרויקין א. א. פרטים ארויסגענומען פון דער גרױטער צבי שװארץ נוא־ נאגראפיש געשריבן פון פינחס ביזבערג. זע אויך די אפשא־ צונגען פון ד״ר משה מערקין אין ״די ײדישע צײטונג״, 29טן נאװעמבער, 1949, ארגענטינע, און פון מילך ראװיטש אין ״פרײע ײדישע טריבונע״, דעצעמבער 1946, לאנדאן, ענגלאנד. 2 \ז ת ןןליגע ך

passage_b64daeb4c78788ecfb13aa5e
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3525-4590

די באלאד פון ר׳ צביי׳ם הסתלקות און װען דער מלאך איז געקומען נאכן הארץ פון גרויסן ײדן, ר׳ צבי שװארץ — האט ר׳ צבי געזאגט: תיכף. און זײן געזיכט איז געװארן באגאם מיט שכינה־ליכט. אין פענצטער שקיעהט; דער זומער־פארנאכט אויף ר׳ צבי׳ס ספר — נאך אויפגעמאכט — מיט כרובים און שרפים זיך שפילט, דאס גאנצע חדר מיט ראוויקײט יהילט. נאר ר׳ צבי שומײכלט. זײן אויג — טיפ און קלוג — זופט אויס דעם הימל, װי א בלויע קרוג. ר׳ צבי שמײכלט זײן לײב און קנאך זינגט: ״הנשמה לך והגוף שלד״. און לאה, ר׳ צבי׳ם חברטע — די שטילע טויב — פארשטײט זײן שמײכל, הערט זיץ לויב. און זי װײנט נישט; הגם זי זעט, ר׳ צבי לעשט זיך, װי די זון אין לעצטן גלי. זאגט דער מלאך: — ר׳ צבי, מירן גײן ג און ס׳שארכן זײנע װײסע פליגל, װי העלפנבײן. האנ ט אויפן אקסל — זאלבעצװײט — װי צו א שמחד״ כדומה, מ׳גייט. נאר אין חדר, בײם ספר — נאך אויפגעמישט — ר׳ צבי׳ס נר־תמיד לעשט זיך נישט. דאם ליכט העלט שטארקער אין שחרית־בלוי און זינגט: ברוך הוא, וברוך שמו

passage_c40e6c89da37a6b6cfc0750e