Original scan
Original memorial-book scan 188
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1244

184 דראהיטשין בית ספר־עברי ״מוריה״ בדרוהיצין, תרצ״ז־1937 א קלאַס פאָן שולע ״מוריה״ אין 1937. זיצן פון לינקס צו רעכטס: משה בעזדזשעזסקי, מרים עפשטײן, לוי פעלדמאן, מאריש א זילבערשטײן, בצלאל װאלפסאן און רחל פרישקולניק. אלע (אחוץ זילבערשטײן) זײנען אומגעקומען. הי״ד! משה בעזדזשעזסהו הי״ד משה בעזדזשעזסקי איז געבוירן 1893, בערד., אין דארף בעזדזשי ז ביי דראהיטשין. ביז בר־מצוה האט ער געלערנט אין פינסק, דאן — אין א גימנאזיע אין בריסק, און שפעטע ר געענדיקט דעם ווילנער אינסטיטוט (״יעװרעיםקי אװטשי־ טעלסקי סעמינאר״), װאָס האט אים געגעבן דאס רעכט צו זײן א גימנאזיע־לערער אדער ראבינער. װאלט משה געװען אן אגרעסױוער און אמביציעזער מענטש, װאלט ער מיט זײנע קװאליפיקאציע ס געקענט מאכן א גוטע קאריערע אין לעבן. ער איז ע ם אבער נישט געװען, להיפוך, ער איז געװען שוין צופיל באשײדן און צוריקגעהאלטן און האט זיך אין זײן לעבן אסאך געקװעלט. נאך זײן הײראט מיט חנה זבאר, די טאכטער פון שמזזה לאםינצער, האט זיך משה באזעצט אין דראהיטשין, װ ו ער האט זיך פארנומען מיט לערערײ; האט געגעבן פרױואטע ״אוראקן״, געװען א קורצע צײט א לערער אין ״יבנה״־שולע א.א.װ. ביז עס איז אויסגעבראכן די ערשטע װעלט־מלחמה.

passage_309981a27f14160af268c1b8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1246-1799

אונטער דער דײטשער אקופאציע איז משה געװען דער פארװאלטער פון דער ײדישער שולע, װעלכע איז געזארן אויסגעהאלטן פון דער דײטשער קאמענדאטורע. פון 1922 ביז צו דער צװײטער װעלט־מלחמה איז משה געװען לערער אין דער שולע ״נוריה״ אח האט קוים געמאכט א לעבן. אידײאי ש איז משה געװען א רעװיזיאניםט. דאס זעלבע האבן זײנע צװײ זין, אברהם און יצחק, אנגעהערט צום ״ביתר״ אין דראהיטשין, אברהם (אבראשע) געפינט ױך הײנט אין ארץ ישראל. משה און חנה און זײערע קינדער, יצחק און נחמה, זײענען אומגעקומען. הי״ח

passage_e5652597be21fd29f7902884