Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 192
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1053

188 דראהיטשין טנחם 8 װערכ װהי״ד משה סאפאזשניק ע״ה מנחם אװערבוך, ײנגםטער זון פון מעשל און חוה אװערבוך, איז געבוירן 1896 אין דדאהיטשין. ער האט געלערנט אין חדר, שפּעטער געענדיקט א רוםישע גימנאזיע אין װארשע און געװען אין 1914 א סטודענט פון דער קאנםערװאטאריע אין פאלטאװע. אידײאי ש איז מנחם געװען א ײדיש״םט, האט געהאט םא־ ציאליסטישע נײגונגען און פארקערט צװישן עמך. ער האט קײנמאל .נישט חתונה געהאט און צוגעהאלפן צוביםלעך זײנע עלטערן אין געשעפט. מנחם האט זיך אויסגעצײכנט מיט זײן שכל הישר, חתוך־הדבור און שפראכן־קענטעגיש, און שטאט האט אים אפט אויסגענוצט אלם איר שתדלן לגבי דער אוי־ סערלעכער מאכט. אין 1919 האבן די פאליאקן ארעסטירט אשר שװארצבארדן און אים אװעקגעשיקט קײן קאברין. אין יענער שרעקלעכער צײט, װען יעדער ײד איז בײ די פאליאקן געשטאנען אונטערן חשד פון קאמוניזם, האט אשר פשוט געשפילט מיט זײן לעבן... האט קהל .געשיקט מנחמען קײן קאברי ן און ער, מנחם, האט נאך גרויסער מסירת־נפש אויסגעפועל ט אשר׳ם באפרייאונג.

passage_6dfdb048f215cbd7164c4b24
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1055-2162

מנחם איז זײנע גאנצע יארן געװען פארבונדן מיטן ״פאר־ באנד פון ײדישער קאאפעראטױוע געזעלשאפט״ אין פוילן, און פלעגט ארומפארן אלם רעװיזאד צו רעװידירן די קאאפע־ ראטױוע שפאר־און לײ־קאםעס אין פיל שטעט אין לאנד. אלם אזעלכער איז ער אוי ך .געװען פארװאלטונגם־מיטגליד פון דראהיטשינער פאלקם־באנק. מנחם האט זיך אוין ך אפגעגעבן מיט שרײבן. ער האט גע־ דיכטע לידער, מיטגעארבעט אין ״פינסקער שטימע״ און געשריב ן ׳קארעםפאנדענציעס אין װארשעװער ״מאמענט״. איז אוי ך געװען אן אקטױוער זאמלע ר פון פאלקלא ר פארן ״ײװא״ אין װילנע. אין 1941, װען די רוסן האבן פארנומען זײן פאמיליע אויף אװעקצושיקן קײן רוסלאנד, האט מנחם זיך אויסבאהאלטן אין לעמבערג. שפעטער, װען די דײטשן האבן פארנומען דראהיטשין, איז ער צוריקגעקומען אין שטעטל און מיטגע־ ארבעט מיטן ײדישן קאמיטעט (זע: ״יזכור אפטײלונג״). גענױ װאס מיט מנחמ׳ען איז געשען, װײסן ■מיר נישט. לויט װי מען דערצײלט, איז מנחמ׳ען געלונגען ארויםצורײסן זיך פון דראהיטשינער געטא און אנצוקיומען קײן לעמבערג, וו וער איז דורך די דײטשע רוצחים דער׳הרג׳עט געװארן.

passage_5063a12ff754428276f5ac8a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2164-3557

באדויערט זײן ברודער אברהם: ״מגחם, וועלבער האט געהאט אזויפיל גוטע פריינטן און באקאנטע צווישן דער קריסטלעכער באפעלקערונג און האט אויך געהאט ביי זיך גאלד און װערטפולע זאכן, האט נישט געקענט געפיגען קײן מקום־מקל און קײן רעטונג פץ טויט״. הי״ד י ס ע זײטן 78, 187 און 211). משה סאפאזשניק, זון פון טאדרעם, איז געבוירן 1897 אין דראהיטשין. נאך פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה האט ער געענדיקט די רוסישע גימנאזיע אין װארשע און אנגעקומען אין אונױוערזיטעט .אויף דעם מעדיצינישן פאקולטעט. אין קורצן ונאכדעם איז אויםגעבראכן די מל ־ חמה (1914) און משה איז געװארן א ■סטו ־ דענט אין דער מוזי ־ קאלישער שולע אין פאלטאווע און אזוי ארום איז ער פאר ־ בליבן אינדערהײם.. . אונטער דער דײ ־ טשער אקופאציע איז משה געװען דער הויפט פון ראיאן ־ שפיטאל אין דראהי ־ טשי ן און האט אנטײל גענומען אין געזעל ־ שאפטלעכן לעבן פון שטעטל. ער האט גע ־ קעמפט פארן ײדישן כבוד, מאראל און משה סאפאזשגיק, ע״ה זיטלעכקײט און אויסגעלאכט די לײכטזיניקע ײדישע טעכ ־ טער װאס האבן זיך געחנ׳דל ט צו די דײטשן. פאר דעם איז ער שיער נישט פארשיקט געווארן דורך די דײטשן אין טורמע, נאר א דאנק דעם הויפט־דאקטאר פון שפיטאל, האט ער אויסגעמיטן די שטראף. אין מערץ 1917, װען די דײטשן האבן פאהנומען אוקראינע, טרעט משה ארײן אין אדעסער אונױוערזיטעט און זעצט פאר זײן שטודיום.

passage_189e44766de0318f7a1868ca
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3559-4223

מיטן אויסברוך פון אקטאבער רעװאלוציאע (1917), האט זיך משה אנגעשלאסן אן די רעװאלוציאנער עהילות און גע־ װארן באשטימט אלס קאמאנדיר פון כערסאנער גיארגיזאן. משה מיט זײנע אפטיילונגען האבן געקעמפט קעגן די שװארץ־ מאה׳ניקעם: די װראגגעלצעם, העטמאנצעם, םקאראפאדםקי ס א. א. װעלכע האבן פארגאסן טייכן מיט ײדיש בלוט: אין דער גרויסער שלאכט ארום םעװאםטאפאל, םוף 1920, איז משה געפאלן טויט און געװארן באערדיקט מיט גרויסן מיליטערישן כבו ד אלס א פאלקס־העלד אויף דעם שענםטן בולװאר אין סעװאםטאפאל... גאנצע 16 יאר האט ױנה געהאלטן דעם םוד פון זײן ברודער משה׳ם טויט און נישט אויסגעזאגט צו זײנע עלטערן.

passage_7d416841e06b151d5be83a90