Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 193
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1177

189 פערזענלעכקייטן און טיפן צפורה ראכין צפורה ראבין, אדער מרים ציפע׳ װי מען האט איר אלס ■יוווו■■ן קינד גערופן, איז געבוירן אין דראהיטשין. איר פאטער האט געהײסן ר׳ שמאי האקמאן. איר מוטער איז געװען די טאכ־ צפורה ראבין און אין 1944 האט זי דעבױטירט מיט א טער פון ר׳ הערשל זעליג דעם בראשע־ װיטשער׳ װעלכער איז אויף די עלטערע יארן אוועקגעפארן קײן ארץ ישראל. אין יאר 1901 האט צפורה מיט איר מאן אויסגעוחאנדערט קײן אמעריקע, ווו איר פאטער איז שוין גע־ װען פון א לײנגערער צײט, און האבן זיך באזעצט אין נויארק. ידא אין אמעריקע האט צפורה זיך גע־ נומען צום שרײבן, בוך לידער א.נ.״ א װעלט פאר זיך״. זינט דאן האט זי גע־ דרוקט לידער און קארעםפאנדענציעס אין פארשײדענע צײט־ שריפטן. אין 1951 האט צפורה אפגעדרוקט א ביכל ״דאס אײגן לאנד״—״יום העצמאות״, װו זי שילדערט אירע איבער־ לעבונגען אין ארץ ישראל אין משך פון די יארן 1947־1949. צפורה ראבין איז א שטארקע פארערערין פון ארבעטנדן צױניזם. זי האט דרײ מאל באזוכט ארץ ישראל. איצט לעבט זי דארט בקביעות. (די רעדאקציע), ❖ ❖ * מײן זײדע ר׳ הערשל זעליג, מײן מוטערס פאטער, ע״ה,

passage_68e3a7dcdcf3f79c4bdd585c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1179-2436

איז א כױלימױ געװען א ישובניק אין בראשעװיטש, לעבן דראהיטשין. װען ער איז געװארן רײך, דאם איז געװען בערך מיט 95 יאר צוריק, האט ער אנגעהויבן טיילן צדקה. ער האט מפרנס געװען א סך ארעמע לײט פון דראהיטשין. ער פלעגט פון דארף ארײנשיקן גאנצע פורן מיט זעק קארטאפל, מעל, קרויט, בוריקעם, אוגערקעם און גרינסן פוא די נצרכים פון שטאט. װער רעדט נאך, אז עס איז געקומען פאר פסח, האבן שוין די ארעמעלײט געװוסט אז ר׳ הערשל זעליג וועט זײ שוין מיט גאט׳ס הילף באזארגן אויף ױם־טוב מיט לײטן צוגלייך . ר׳ הערשל זעליג האט אויך געהאלפן בויען דעם אלטן בית מדרש מיט א 95 יאר צוריק. איך האב געהערט, דער אלטער רב, ר׳ מנחם ז״ל, פלעגט דערצײלן, אז װען נישט דער בראשעװיטשער ישובניק, װאלט דער אלטער בית־מדרש נישט געװען . מיט עטלעכױ יאר שפעטעטער איז ר׳ הערשל זעליג אװעקגעפארן קײן ארץ ישראל. װען עס אױ אנגעקומען די טרויעריקע בשורה, אז ר׳ הערשל זעליג איז געשטארבן אין ירושלים, האבן די מתפללים פון אלטן בית־מדרש געלערנט משנהו ת און געזאגט קדיש פאר זײן נשמה װעגן. פאר א סך יארן האט מען אין אלטן בית־מדרש אפגעהיט דעם יארצײט פון ר׳ הערשל זעליג, ע״ה . איך בין שוין לאנג אװעק פון דראהיטשין, אבער די ביל־

passage_6c862f2a7d3677841088f709
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2438-3818

דער פו ן שטעטל לעבן נאך פאר מײנע אויגן. אט זע איך דעם גאס בית־מדרש, װ ו עס האט זיך געפונען די תלמוד תורד״ װאס די אלטע רביצין האט אויסגעהאלטן, און ר׳ מענדל משה איםר׳ס האט דארט געלערנט מיט די קינדער גמרא. מיר האבן דאן געװוינט בײ רבקה שעפסל׳ס אין קרעטשמע, װאס האט זיך געגרענעצט מיטן גאס־בית־׳,מדרש, פלעג איך זען, װי די חדר־ײנגלאך פון בית־מדרש פלעגן קומען צולויפן צום ברונעם, אויפן הויף, אנצוטרינקען זיך מיט קאלטן, פרישן װאסער. איך זע די אלטע חזנ׳טע, װאס האט געװוינט אנטקעגן איבער דעם בית־מדרש׳ ברײנגן אין פארטוך פון איר גארטן אוגערקעס, מערעלעך און קאטשאנעס פאר די תלמוד־ תורה קינדער. די פרומע חזנטע האט דאס געהאלטן פאר א גרויסע מצוה צו דערקװיקן די קינדער מיט אביסל גרינס און אויך מזכה זײן די קינדער מיט א ברכה... איך געדענק װי אלס קלײן מײדל פלעגט מיר די מאמע שיקן אײנצוקויפן פארן שטוב און דוקא צו מאטיע לײב׳ן אין קראם׳ װ ו ער פלעגט פארקויפן פאר א קאפיקע סיראפ, א העריגג פאר פיר גראשן א. א. װ. אגב, האב איך געהאט די געלעגנהײט אין 1934 צו בא־ זוכן מאטיע לײב׳ן (ר׳ מרדכי לײב קאמינעצקי) אין ירו־ שלים, װו ער האט געלעבט מיט זײן פ-רוי פויגל, אין א קלײץ שטיבעלע אויפן שערי צדק גאס. געטראפן האב איך מאטיע לײב׳ן, דעם בן תשעים, זיצנדיק בײ א גמרא. אויך זײנע קינדער זײנען בני־תורה.

passage_23c3d2b518d82d4aca06fd14
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3820-4480

ע ם שטײ ט נא ך אוי ך פא ר מײנ ע אויג ן ר ׳ מענדל׳ ס פא ־ טער , ר ׳ מש ה איסר , װעלכע ר הא ט זי ך בארימט , א ז ע ר לערנ ט שוי ן מיט ן דריט ן דור . ר ׳ מש ה איס ר אי ז געװע ן דע ר רב י פו ן מײ ן זיידן , דערנא ך הא ט ע ר געלערנ ט מי ט מײ ן פאטע ר שמא י או ן צו ם לעצ ט אי ז ע ר אוי ך געװע ן דע ר רב י פו ן מײ ן ברודער . אי ך געדענ ק גו ט ר ׳ מש ה װעלװלען , דע ם גמר א מלמד , װא ם הא ט געהא ט זײ ן שטיבעל ע א-י ן דע ר געם ל גײענדי ק צ ו סטאראסיליע , או ן אוי ך שמוא ל ארטשי ס דע ם מלמד , װעלפע ר הא ט געהא ט זײ ן חד ר אויפ ן שול־הוי ף לע ם בנימי ן ימש ה שוחט . זאל ן מײנ ע דאזיק ע װערטע ר דיגע ן אל ם א מצב ה פא ר אונדזע ר צעשטערטע ר הײם־שטעט ל ♦ ♦ ♦ ^ ^ ^ ^ *

passage_adb5ebf97d7339e689194af3