Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 204
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1315

200 דראהיטשין מיטגליד פון ״דאקטוירים־פארבאנד״ און שרייבט אפט אין מעדיצינישע זשורנאלן. דר. מרדכי װײסמאנס פרוי בעםיע (פון דער הײם קרא־ סעװיצקי), מיט װעלכער ער איז פארהײראט זינט 1917׳ איז א באװאוסט ע אנפירערין און געװ. פרעזידענטין פון דער ״פרויען־פיאנערן״ ארגאניזאציע. די זוײסמאנס, האבן אײן טאכטער, יהודית׳ װעלכע לעבט מיט איר מאן היז דאגלאס׳ א באקאנטער ראדיא ״אנאנסער״ און ״קאמענטאטאר״ אין לאס אנדזשעלעס. נפתלי װײסטאן הי״ד נפתלי װײסמאן, א זון פון ר׳ שמעכן װײסמאן, איז גע־ בוירן אין דראהיטשין. אין דער הנהגה און אײנשטעלונג אין לעבן, איז ר׳ נפתלי געװען א קאפי פון זײן פאטער, ר׳ שמעון דער רופא. אזוי װי זײן פאטער איז ר׳ נפתלי געװען א בן־תורה, אן אפגעהיטענער ײד, און האט געמאכט זײן פרנסה פון הײלן קראנקע. אין משך פון פיל יארן, איז ר׳ נפתלי געװען דער רופא פון האראדעץ, װו ער האט זיך ארײנגעצויגן נאך דעם טויט פון זײן זײדן, ר׳ בנימין, װעלכער איז געװען דארט רופא כל ימיו. ר׳ נפתלי איז געװען שטארק באליבט און אנ־ געזען אין האראדעץ, װו ער האט געפירט א שטאט פון א רע־ ליגיעזן ערלעכן ײד. איז געװען א שטענדיקער מתפלל אין שול, געלערנט א בלאט גמרא און האט קורירט ארעמע ײדן גאנץ אומזיסט און האט נאך צײטנװײז צוגעגעבן רפואות בחינם.

passage_4db7478ca3aba35ca9b45dae
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1317-2597

צולי בדעם קאנקורענץ פון די גוײשע פעלדשער ׳ ורעלכע האבן צוגענומען אלע קריםטלעכע פאציענטן ׳ און מחמת די יידישע באפעלקערונג איז געװען קלײן אין צאל ׳ האט ר׳ נפתלי פון זײן פראפעסיע אלם רופא נישט געקענט מאכן קײן לעבן . איז ער ׳ מיט דער שטיצע פון זײן פאטער , געפארן קײן װארשע און האט זיך צוריק גענומען צו זײן שטודױם . מיט א צײט שפעטער איז ר׳ נפתלי צוריקגעקומען קײן הא־ ראדעץ אלס דענטיסט . האט ער שוין פראקטיצירט א י אלס רופא און א י אלם דענטיםט . ר׳ נפתלי האט נאך אלץ ניט געתאט קײן חױנה ׳:איז ער װידער צוריקיגעגאעען צו זײנע ביכער . נאך א לעניגערער צײט פון שטודירן אין װארשע ׳ איז ר׳ נפתלי צוריקגעקומען קײן ׳האראדעץ אלס אויגן־דאקטאר . זײן פרנםה האט זיך נאך אלץ נישט פארבעםערט . צום אלעמען איז אים נאך אפגעשטארבן זײן פרוי דינה און ער איז געבליבן מיט עטליכע קלײנע קינדער אויף די הענט אין א פארצװײפלטער לאגע . בלית ברירה האט ר׳ נפתלי פארלאזט האראדעץ און זיך באזעצט אין קאברין ׳ ווו ער האט זיך געשאפן א שײנע רענאמעס בײ דער קאברינער ײדישער באפעלקערונג . נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה ציט זיך ר׳ נפתלי אריבער קײן בריםק ׳ ווו ער האט פראקטיצירט בלויז אלם אויגן־דאקטאר און געקראגן א גוטן נאמען אלם אזעלכער . ר׳ נפתלי װײםמאן , הי״ד

passage_e29be413cfafe13b2ca5d564
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2599-3065

אין בריסקא האט ער געפירט זײן רוטינע ײדישע הנהגה. ער לערנט פיל, פירט תורה־שמועסן מיט זײגע באקאנטע רבנים און איז אפילו מחבר א דרוש־ספר, א סארט ענציקלאפעדיע פון די חז״ל־דרוש, װאם זײענען צעשפרײט אין תלמוד, מדרש און זוהר. ר׳ נפתלי איז געװען א מוםטער פערזאן, װאם האט בא־ זעסן תורה, חכמה און מדות טובות. לױדער איז ער, צוזאמען מיט זײן משפחה, אומגעקומען אין בריסקער געטא. הי״ד... ! פרטים פון בוך ״האראדעץ״.

passage_f67eb9390b268be03816599f