212 דראהיטשין אליהו אײזענשפײן ע״ה אליהו אײזענשטײן איז געבוירן 1875, בערך, אין דראהיטשין צו זײנע עלטערן ר׳ דוד און חיה גיטל. זײן מוטער, ע״ה, א משפחה־אפשטאם פונעם מקובל ר׳ דוד׳ל יפה, זצ״ל, האט געהאפט צו מאכן איר אליה׳ן פאר א רב. דער יונגער אליה האט ארויסגעװיזן גוטע פײאיקײטן אין לערנען. ער האט שוין געלערנט א בלאט גמרא. לאנג האט אבער אליהו גישט געקענט אנגיק מיט זײן אליהו אײזענשטײן, ע״ה לערנען, מחמת אין שטוב זײנען געװען נאך פינף קינדער, קלענערע פון אים, און װײל די מאטעריעלע לאגע אין שטוב איז נישט געװען אזוי גוט, איז באשלאסן געװארן, אז דער יונגער אליהו זאל פארן קײן אמעריקע צו זײן פאטער ר׳ דוד, ע״ה, װעלכער איז שוין דאן געװען אין שיקאגא. נאך לאנגע נדודים און װאגלענישן אין דער יונגער אליה אנגעקומן (1891) קײן שיקאגא. אין די ערשטע יארן פון זײן אנקומען קײן שיקאגא, האט אײזענשטײן, װי יעדער נײער אימיגראנט, געמוזט זיך אביסל צומאטערן מיט פרנסה. א שטיקל צײט (1895) האט ער געהאלטן א סטאר פץ קלײדער א.א.װ. ביז ער גייט אריבער צום מסחר מיט היתער (״ריעל־עסטײט״) און דא הייבט זיך אן זײן שטײגן.
יפון אנפאעה האט זיך אײזענשטײן פארנומען בלױז מיט קויפן און פארקויפן. שפעטער װערט ער קאנטראקטאר־אונטערנעמער און בױט אליץ הײזער און אנשטאלטן. אין משך פון די יארן 1904־1916 האט אײזענשטײן אויסגעבױט צענדליקער גרויסע און שײנע בנינים. זינט דעם יאר 1916 האט ער זיך פארנומען מיט קוילן־מסחר. פאר א צײט (1923) איז ר׳ אליהו אױך געװען װײס־ פרעזידענט פון דער קאמױניטי באנק אױף רוזװעלט ראוד. צו דער זעלבער צײט, גיט זיך א פ ר׳ אליהו אײזענשטײן מיט געזעלשאפטלעכער ארבעט. ער איז געװען גרינדער־ פרעזידענט פון דער ערשטער דראהיטשינער שוהל (1906) אױף ריסין עװעניו און קלארק סטריט. אין 1915 איז ער איניציאטאר און בױער פון דער גרויסער דראהיטשינער שוהל אױף דאגלאס־העמלין — הײנטיקע קהלת־יעקב שוהל — װו ער איז געװען אין משך פון 3 יאר איר ערשטער פרעזי־ דענט. אין יאר 1924 בױט ער אױס די גרויסע קהלת־יעקב תלמוד־תורה, װו ס׳האבן געלערנט הונדערטער קינדער. אײזענשטײן איז געװען פרעזידענט פון דער תלמוד־תורה זיגט איר גרינדונג ביז זײן לעצטן טאג. אין יאר 1920 פארט ר׳ אליהו אייזענשטײן, אלס דעלעגאט פון די לאנדסלײט, קײן דראהיטשין,
א רײזע דאן קײן פוילן איז צוליב דער פויליש־רוסישער מלחמה געװען פארבונדן מיט גרויס געפאר. דאך יהאט ער זיך מיט גרויס מסירת־נפש דערשלאגן אין שטעטל און געבראכט טרײסט און האיפענונג צו די מלחמה־געליטענע דראהיטשי־ נער, צו װעמען ער האט אויסגעטײלט פיל טויזנטער ידאלארן, װאס זײערע קרובים האבן מיטגעשיקט מיט אים. אײזענשטײן האט אויך געגעבן א סומי ע געל ט צו בויען א שולע אין דראהיטשין. אין יאר 1921 ׳פארט אײזענשטײן צום צװײטן מאל קײן פוילן. דאס מאל איז ער שוין דער שליח, נישט נאר פון די דראהיטשיגער לאנדסלײט, נאר אויך פון די לאנדסלײט פון גאנצן געגנט. ארום 300 טויזנט דאלער האט אײזענשטײן דאן פארנאנדערגעטײלט צו די ײדן פון בינסק, בריסק, דראהי־ טשין, יאנאװע, מאטעלע, אנטאפאליע, בערעזע א.א. מען האט געדארפט שטײן אין דער רײ ביז מען האט זיך געקענט צו־ שלאגן צו אים אויף אפצונעמען די גרוסן פון די אמעריקאנער קרובים. אזוי פיל מענטשן זײנען געקומען צו אײזענשטײנען טאג־טעגלעך. אײזענשטײן האט אויך דאן אויסגעפועל ט וויזעס פאר צענדליקער ײדישע פאמיליעס, וועלכע ער האט מיטגענומען מיט זיך קײן אמעריקע. די דאזיקע האבן אים הײנט פיל צו פארדאנקען װאם זײ האבן זיך באצײטנס ארויסגעראטעװעט פון גיהנום. אין יאר 1922 װערט איתענשטײנען אנפארטרויט די מיםי ע