214 דראהיטשין אסתר יהודית גראטש אסתר יהודית גראטש איז געבוירן אין א שיינע ר פאמיליע אין ספארעווע, א דארף ביי באמסק. איר פאטער ר׳ ישעיה ב״ר שלום שכנא שאפירא (י״צ ית׳ אדר שני), האט זיך פאר־ נומען מיט מסחר. איר מוטער האט געהייסן אסנה דבורה, א טאכטער פון אב־ רהם יהודה (י״צ ט״ו אלול). איר חינוך האט זי באקומען אין באמסק. האט אויך געלערנט העברעאיש און רוסיש. אין 1890 האט אסתר יהודית חתונה פאר חייקל גראטש און מאכט איר היים אין דראהיטשין. זי עפנט א גאלאנטעריי־ קראם און העלפט דעם מאן אין דער פרנסה. אסתר־יהו־ ^|||||||| דית צייגט זיך ארויס מיט דער צייט צו זיין א גוטע געשעפטס אט^ ייייי ת פרױ. מיט איר ער־ לעכקייט געווינט זי צוטרוי און גלויבן אין שטעטל און שאפט זיך איין אסך קונים. נאכן טויט פון איר מאן, חייקל, אין יאר 1906, איז אסתר יהודית די גאנצע שפייזערין און דערציערין פון אירע 2 געראטענע קינדער, אברהם און יוסף, וועלכע האבן, אחוץ יידישע למודים, באקומען א גימנאזיע־ קורס אין וועלטלעכער בילדונג. שפעטער, אז די קינדער װאקסן אונטער, העלפן זיי דער מוטער אין געשעפט. אין 1912 האט אסתר יהודית חתונה צום צווייטן מאל פאר קדיש גרינשטיין פון ליבעשיי און געװען אן איבערגעבענע מוטער צו איר מאנ׳ס צוויי יונגע טעכטער ברכה און חנה.
אין 1926 גייט זי ארוים פון געשעפט און גיט זיך איבער דער געזעלשאפטליכער ארבעט. זי ווערט די אנפירערין פון ״ליגת־הצדק״ און אויך מיטגרױדערין און פרעזידענטין פאר פיל יארן פון ״צענטאס״ (א ״געזעלשאפט פאר יתומים־פאר־ זארגונג״) אין דראהיטשין. אמת יהודית גיט אוועק א םך ענערגיע און צייט לטובת די דערמאנטע געזעלשאפטן, ווע־ מענס זיצועע ן קומען פאר ביי איר אין הויז. זי זאמלט געלט, עסנװארג און טראגט הילף צו ארעמע תולאים און עלענדע יתומים. פאר איר נוצלעכער ארבעט אין ״צענטאס״, ווערט אמת יהודית געקרוינט מיטן נאמען; ״די מאמע פון די יתומים״ • אין 1938 איז אמת יהודית געקומען מיט א באזוך צו אירע קינדער קיין שיקאגא. זי האט געהאט בדעה צוריקצו־ פארן קיין דראהיטשין, האט זיך אנגערוקט (1939) די וועלט־ מלחמה און זי איז שוין פארבליבן אין אמעריקע און אזוי ארום ניצל געװארן פון די דײטשע רוצחים. איר מאן קדיש מיט א טאכטער חניה און פאמיליע זײנען אומגעקומען, הי״ח אין שיקאגא איז אמיתר־יהודית אויך געװען טעטיק אין דער פרויען־אוקזילערי פון קהלת־יעקב שול און תלמוד־ תורה, װי אויך פון דער עטרת־צייו ן שול.
אמת ר יהודיית׳ ס זין, אברהם און ױסף, לעב ן אין שיקאגע. אברהם׳ס פרוי, טאניע, װעלכע שטאמט פון דער אנגעזעענער משפחה גאלדהאנד פון פינסק, האט פאר פיל יארן פראק־ טיצירט דענטיסטיק אין דראהיטשין. ױסף׳ם פרוי, פרידע׳ א געבוירענע אין אמעריקע, איז אן אײניקל פון ר׳ ױםף שחט, באקאנ ט אלס ר׳ יאםל טשערנעס, פון דראהיטשין. ערשטע רײ פון רעכטס: מערי טרובאװיטש, חנה גרינשטײן־ בראװערמאן, אברהם גראטש און אסקע לאםאװסקי (ײנגעלע). צװײטע שורה פון רעכטס: חײם (הערמאן) גראסמאן, אסתר יהודית גראטשיגרינשטײן. און קדיש גרינשטײן. דריטע רײ: זעליק גראסמאן, הערצקע בוף, חיה׳קע לאסאװםקי, טאניע גראטש, מלכה קאפלאן און גדליה גראסמאן.