220 דראהיטשין יצחק אבגדור טעמעלכאנסקי ע״ה יצחק אבגדור טעלעכאנסקי איז געבוירן 1865 ביי א תמידישע משפחה אין מאטעלע און באקומען א דעליגיעזע דערציאונג. נאך זײן חתונה מיט עלקען׳ די טאכטער פון אליהו װעלװעל איטשעלם קראװעץ׳ איז ער געווארן א תושב ר׳ יצחק אבגדור און עלקע טעילעכאנסקי ע״ה אין דראהיטשין, װו ער האט געהאלפן בויען דאס חסידים־ שטיבל און האט דארט ארײנגעגעבן א גײעםפר תורה. ר׳ יצחק אבגדור איז עטליכע מאל געפארן קיץ אמעריקע און צוריקגעקומען קײן דראהיטשין ביז ער איז געווארן א שטענדיקער תושב אין שיקאגא. ער האט זיך דא גענומען צו מסחר און עס האט אים אפגעגליקט. ער האט געגעבן שײנע נדבות אין די הונדערטער דאלארן פאר תלמוד־תורה און רעליגיעזע מוסדות אין לאנד און אין ארץ ישראל. אנחויב די צװאנציקער יארן ווען ר׳ יצחק אבגדור האט זיך דערװוסט פון הרב קאלענקאװיטשעס א ברױו, װאם איז אנגעקומען צו ישראל ברוך אײזענשטײנען, אז דראהיטשין נויטיקט זיך אין א בנין פאר א תלמוד־תורה און הכנסת־ אורחים האט ער אויסגעשריב ן א טשע ק אויפ צװײ טויזנט דאלאר און איבערגעגעבן צו ישראל ברוך אײזענשטײנען פאר דעם דערמאנטן צװעק. שפעטע ר האט ער צוגעגעבן נאך געלט.
און װירקלעך, פאר יצחק אבגדור׳ם געל ט האט הרב קאלענקאװיטש מיט זײנע בעלי בתים אפגעקויפט די הויז פון יהושע און ראשע לאה שמיד (טאכטער און אײדעם פון יעקב שמעון לעװ). אין דער דאזיקער הויז האט זיך געפונען די שטאטישע תלמוד תורה, והכנסת אורחים און גמילות־חסדים. אויך דער ״מזרחי״ האט געהאט דארט זײן בית־התפילה. פאר זײן טויט האט ר׳ יצחק אבגדור אפגעשריבן אין א צוואה א דריטל פון זײן פארמעגן לטובת די ישיבות אין ארץ ישראל. ר׳ יצחק אבגדור איז געשטארבן אין שיקאגא כ״ד אדר ראשון, 1933. זײן פרוי, עלקע, איז געשטארבן ח׳ אײר, 1939. די טעלעכאנסקי׳ם האבן געהאט צװײ זין און ^אײן טאכטער: מיכל, אברהם און מײמע אלטמאן. אלע געפינען זיך אין אמעריקע. (זע דאס בילד פון תלמוד־תורה אויף זײט 182). מענדל אײזענשטײן ע״ה מענדל אימענשטײן, געבוירן 1872 אין דראהיטקזין, האט אפגעשטאמט פון א חסידישער פאמיליע. זײן פאטער, מרדכי בער, אײדא תלמיד־חכם, האט זידנע גאנצע יארן פארבראכט אין בית המדרש בײ דער גמרא און איז געװארן אויסגעהאלטן פון זײן פא, הערש־לײב. מענדלס ^ןןןןןןן מוטער האט געהײסן חאמקע. ^^ ^ ]■^^||||| |
זײן חנוך תא ט מענדל באקומען אין חדר און ספעציעל ביי זײן פאטער מרדכי־ בער. שפעטע ר האט ער געהײראט מיט באשקען, די טאכטער פון יצחק און מינדל גוטער, באקאנט אלם ״יצחק דער קײסער״, אן אנגעזעענער סוחר פון אנטאפאליע. די איתענשטײנס האבן געפירט א חסידיש־ באלעבאטישע ײדישע שעהויז און געשיקט זײערע קינדער לערנען אין ישיבות. מענדל האט געהאלפן בויען דאס חסידים־שטיבל, װו ער איז געװען פון די חשוב׳ע מתפללים. ער איז אויך געװען אן אקטיװער חבר פון דער חברה קדישא. לײדער האט ר׳ מענדל לאנג נישט אנגעצויגן. צו 43 יאר איז ער אין דער טיפוס־עפידעמיע פארשלאפט געװארן און געשטארבן י״ג כסלו, 1915. אויף ר׳ מענדל׳ם פרוי, באשקע, איז דאן געפאלן די שװע־ ר׳ מענדל אייזענשטײן ע״ה