221 פערזענלעכקײטן און טיפן ר ע לאםט איבערצונעמען די פאטערלעכע 'השגחה און בא ־ שפײזחנ ג פון אירע 5 קלײנע קינדער, און זי האט, װי א גע ־ טרײע מוטער, מיט גרויס אײסער און אנשטריחנגוע, אירע פליכטן דערפילט. אין 1921 האט באשקע אײזענשטײן מיט אירע קינדער אויסגעװאנדערט קי ק אמעריקע און זיך אײנגעארדנט אין שי ־ קאגע. אויף אירע עלטע ־ ר ע יארן װערט באש ־ קע א ו י ם געהאלטן בכבוד פון אירע קינ ־ דער: מףדכי בער, הערש־לייב, שכנא (טשארלז), גחמן (נארמאן), העניע פערל (עמא װאלד) און אײדא מאטש, װעלכע געפינען זיך אלע אין שיקאגע, נחמן װײסמאן ל׳ ה נחמן װײםמאן איז געבוירן 1852 צו זײנע עלטערן ר׳ יעקב און חנה אין כאמסק. ער האט געלערנט ביי מלמדים אין שטעטל און שפעטע ר אין סלאנימער ישיבה. (אין יענער צײט האט אין סלאנימער ישיבה אויסגעבראכן די חולי־רע, ר״ל, װעלכע האט אוועקגעריסן פיל ױנגע לעבנס. אויך װײס ־ מאן איז אװעקגעפאלן אויף דער זעלבער מחלה. נאר מיט נסים איז ער געבליבן לעבן). נאכדעם האט װײסמאן חתונה געהאט אין דראהיטשין מיט ױדל דעם מילנער׳ס (טראשיגםקי) טאכטער, פײגל, פאר א צײט האט ער ׳ארויםגעהאלפן זײן שװער אין פערד־מיל, ביז ער האט איבערגענומען אין ארענדע דעם פאק ט (דעס מילך ־ פארקויף) פון ראװיגער הויף.
הא ט אײנמאל געטראפן אן אומגליק אין הויף: א מגפה איז אויסגעבראכן צווישן די בהמות, װעלכע זײנען געפאלן װי די פליגן. איז נחמנ׳ם פרוי, פײגל׳, מיט דער הסכמה פון פריץ, פאװעל מינקאװ, געפאָרן צום צדיק ר׳ מרדכי׳לע אש־ מענער, אדער ר׳ מרדכי׳לע םלאנימער, זצ״ל, נאך א ברכה. ר׳ מרדכי׳לעס ברכה האט געהאלפן און די מגפה האט אויפ־ געהערט. מיט א צײט שפעטער (מיט א 60 יאר צוריק, בערך), איז ר׳ מרדכי׳לעס זון, ר׳ אשר דער /,קאזיאנער ראבין״, א תושב אין דראהיטשין, (זע זײט 154) געקומען אין קאנפליקט מיט דער צארישער מאכט צוליב א טעות װאס ער האט געמאכט אין די מעטריקאציע־ביכער. עס האט אים געדראט א הארבע שטראף. איז ר׳ אשר צוגעפארן צו זײן פאטער, ר׳ מרדכי׳לע, נאך אן עצה. פרעגט אים ר׳ מרדכי׳לע: ״װער איז פאראן אין דראהיטשין פון די אײנפלוסרײכע פערזאנען, װאס זאל קע־ נען גוט־זאגן פאר דיר?״ ענטפערט ער׳ אשר: ״עס איז דא דער ראװינער פריץ, מינקאװ, ער האט א סאך אײנפלוּס אין די הויכע פענצטער, און צוקומען צום פריץ קען מען דורך דעם ראװינער פאקטער, ר׳ נתמן װײסמאן...״ ר׳ מרדכי׳לע האט זיך גלײך דערמאנט, אז מיט א צײט צוריק איז בײ אים געװעז די פרוי פון ראװיגער פאקטער נאך א בדכה. ר׳ מרדכי׳לע האט באלד געגעבן ר׳ אשרן אן הוזלזוה־רריו וןװם ראווױזז ר האהרזזזר. װייחמאז. ז< ז זז ר זמי * ר־ נחמן און פײגל װײסמאן, ע״ה
זיך זעען משתדל זײַן פאר זײַן זון בײַם ראװינער פריץ. ר׳ נחמן האט װירקלעך גערעדט מיט דעם פריץ און די גאנצע ״דיעלע״ איז בטל געװארן... (דערצײלט פון נחמנס זון, זײדל װײסמאן פון שיקאגע. } אין 1911 האט ר׳ נחמן פארלאזט דעם ראװינער הויף און זיך באזעצט אין דראהיטשין, װו ער האט די רעשט פון זײנע יארן געצויגן זײן חיונה פון דער קרעמל, װאס ער האט גע־ האט אין מארק. ר׳ נחמן, װעלכער איז געװען א שטילער, ארענטלעכער ייד, איז געשטארבן י״א אייר תרע״ט, 1919, אין דראהיפשין, ר׳ נחמנס פרוי, פײגל, װעלכע איז די גאנצע יארן געװען די עקרת־הבית, איז געשטארבן יום־כפור, 1929, אין שיקאגע. די װײסמאנ׳ס האבן געהאט דרײ טעכטער און אײן זון: חיה קארעליץ (לעבט אין שיקאגע), רבקה דײטש (לעבט אין ניו־ באשקע אײזענשטײן