Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 227
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1367

פערזענלעכקייטן און טיפן 223 באבע (בתר׳ דוב) גראסמאן פרוי פון ר׳ גדליה, געשטארבן אין עלטער פון 59 יא כ״ו תמוז תרצ״ה 1935. ביי איר מצבה שטײען די קינדער פון לינקס — ירמיה. חײם לײב און זעליג. יארק א. נ. ״אגודת אחים אנשי דראהיטשין׳ / וועלכע עקזי־ סטירט נאך עד הױם. גדליה איז געװען אן אינטערעסאנטער טיפ פון א ייד וואס איז שוין הײנט גאר נישט בנמצא. גדליה׳ס פרוי, באבע, וועלכע איז געגאנגען אין דעם דרך פון איר מאן און װעמענס הויז איז געװען אפן פאר יעדן אורח און ארימאן, איז געשטארבן 28טן יולי, 1935, אין דרא־ היטשין. ר׳ יגדליה איז אומגעקומען אין דראהיטשין 1942, הי״ד! די גראסמאנ׳ס האבן געהאט דרײ זין • ירמיה (געװען ארויסגעשיקט פון די באלשעװיקעס קײן רוסלאנד, געפינט זיך הײנט אין נױ־יארק, ירמיה׳ס פאמיליע איז אומגעקומען אין דראהוטשין 1942. הי״ד!). חײם לײב הערמאן (לעבט מיט זײן פאמיליע אין נױ־יאדק). און זעליק (אומגעקומען אין דראהיטשין, הי״ד!) כאמסקער געסל. לינקס איז דער מויער פון די גראסמאנס. מאיר יהודה פעלדמ^ן הי״ד מאיר יודל פעלדמאן איז געבוירן 1860 צו זײנע עלטערן מיכאל און העסקע אין דראהיטשין, און באקומען א רעליגיעז־ נאציאנאלע דערציאונג. אין 1881 האט ער געהײראט מיט חיה פײגען, די טאכטער פון יעקב הערש און פיעשע פון דער משפחה קאמינעצקי־מישאװסק, און זיך גענומען צו מסחר.

passage_ce092e5a8a00791a7f665bbf
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1369-2115

ר׳ מאיר װידל און חיה פײגע פעלדמאן און קינדער: לײבע (רעכטס), פעשקע (אײניקל) באשקע, הי״ד! און װיסף (שיקאגע) אין 1892 איז מאיר װידל געפאָרן קײן אמעריקע און איז אפגעװען 4 יאר אין שטעטל סאנדזשא, מיזורי, װו ער האט גענומען אַן אקטױון אנטײל אין יידישן לעבן, און צװישן אנד• געהאלפן גרינדן דארט די שוהל ״שערי שלום״, װעלכע . מ־ זיסטירט נאך היעט. צוריקקומענדיק קײן דראהיטשין, האט מאיר װידל מיט זײן פאמיליע זיך באזעצט אין הויף םמולניק, װעלכער האט באלאנגט צום לידװינאװער פריץ קאנטאראװ. פון זינט 1897 איז מאיר װידל געװען פאסעסאר און פאקטער פון םמולני־ קער הויף, ביז װאנען די צארישע מאכט האט אים אין 1914, צוליב דעם ״תחום־מושב״־געזעץ, געצװונגען צו פארלאזן דעם

passage_ef5cd23dbf61f0a23b762a5d