224 דראהיטשין הויף. די פעלדמאנען זײנען דאן צוריק ארײנגעפארן קײן דראהיטשין, מאיר װידל׳ וועלכער האט געשטאמט פון אן אלט־אײנגעזעסענער פאמיליע, פון די ותיקים פון דראהיטשין איז צוזאמען מיט זײן פרוי יטע פײגע אומגעקומען. הי״ד. די פעלדמאנען האבן געהאט צען קינדער: אברהם מרדכי (אין 1904 געקומען קײן אמעריקע, געהײראט ראזע באסקאװ אין דענװער, קאלאראדא, און האט דרײ קינדער). װעלװעל (געהײראט מיט שרה וגוטער, יצחק דעם קײסער׳ם א טאכטער, פון אנטאפאליע). אסתר בײלע (געהײראט אין 1908 פאר דוד׳פרידמאן, יאסל אזשיצער׳ם זון, געלעבט אין םאנדזשא, מיזורי, זינט 1910, געשטארבן דארט אלול, 1954). שרה לאה (אין 1907 געקומען קײן אמעריקע און געהײראט אין םאנדזשא, מיזורי). באשקע (געװען פארהײראט צו יאשקע שװארץ פון לעכעדװיטש, פארלארן דעם מאן אין 1932 און זי מיט די קינדער זײנען אומגעקומען אין דראהיטשינער געטא. הי״ד). ױסף (לעבט זינט 1937 אין שיקאגע). לײבע (אומגעקומען צוזאמען מיט זײן פרוי ליביע, מענדל משה .איםר׳ס אײניקל, און קינדער אין דראהיטשין, .הי״ד!). שײנקע (געװען א לערערין אין דראהיטשינער שולע ״מוריה״. אין 1934 געקומען קײן ארץ־ישראל, גע״ײראט און געשטארבן דארט אין 1945). העםקע (לעבט זינט 1922 אין שיקאגע, איז פארהײראט צו סעם מאץ). אליה (געשטארבן אין 1919 אין דראהיטשין), בצלאל הערשענהױזןן״ה
בצלאל (צאלקע) הערשענהויז איז געבוירן צו זײנע עלטערן יהושע העשל און מלכה שדה אין דװין, נעבן קאברין, און באקומען א שטרענג רעליגיעזע דערציאונג, שפעטער האט ער געהײראט מיט איטען, די טאכטער פון ױ׳ בצלאל און איטע הערשוענהויז, ע״ה ר׳ משה פאריצקער און איז געװארן א תושב אין דראהיטשין, װו ער האט געהאט א קראם פון שני ט און מאנוופאקטור. צאלקע האט גענומען אן אקטיוון אנטײל אין יעדן אפבוי־אונג פון דעם אלטן בית־מדרש, װו ער איז אויך געװען גבאי ביז זײן אפפארן קײן אמעריקע אין 1926. אלס הכרת טובה האט דער רב מיט די מתפללים פון אלטן בית מדרש מיטגעגעבן צאלקען א דאנק־ברױו לזכרון, װאס װערט דא געדרוקט. ר׳ בצלאל איז געשטארבן אין םאװאנא י״ז םיון 1932. זײן פרוי, איטע, איז געשטואדב כ״ג שבט 1951. די הערשענהויז׳ס האבן גע־א ט דרי י זין און צװײ טעכטער, װעלכע געפינען זיך אלע אין אמעריקע. בית״ר פון דראהיטשיין אין מיליטערישע איבונגען. ברכת פרידה ברכה ע ל ראש המעוט ר בערי ער״ם צרקתך תעמור לער, קרנך ירום ער לשמים לך, עסק ן צבורי, אלפי ברכות תבאנה אשר בעירנו הײת לראש פנה לעולם זכרך יזכר לתהילה ולתפארת. במסירת נפש עםקת בעת שנפלה עטרת. רשום שמך באלה, העוסקים באמונה.