Original scan
Original memorial-book scan 232
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-969

228 דראעהיטשין ר׳ ברוך האט געפאלגט די עצה פון רגי׳ן און אין די 80־קער יארן איז ער אנגעקומען קיין ניו־יארק, ווו ער האט טאקע מצליח געווען. ער איז אויך געווען דער גרינדער און סעקרעטאר פון כאמסקער און אנט^אליער פארײן, ווי אויך פון דער גמילת־חסד־קאסע אין בראנזוויל. צו זיין 102־טן גע־ בוירטאג האט דער פרעזידענט, טעאדאר רוזוועלט, צוגע־ שיקט ר׳ ברוך׳ן א ווארימע באגריסונג און אייניקע מטבעות פון יאר 1804 אלס מתנה. אין יום כפור, 6־טן אקטאבער, 1917, איז ר׳ ברוך ווא־ לינסקי, אין עלטער פון 113 יאר, נפטר געווארן, איבערלאזג־ דיק 5 דורות קינדער, וועלכע זיינען היינט ארגאניזירט אין ״ברוך וואלינסקי סירקל״, וואס ציילט 125 מיטגלידער. דער ״ברוך וואלינסקי סירקל״ טוט זייער גוטע ארבעט פאר די לאנדסלייט און פאר ארץ־ישראל און האלט אזוי ארום לעבע־ דיק און פריש דעם נאמען פון זייער עלטער־פאטער ר׳ ברוך וואלינסקי, ע״ה. פרטים פון גדליה קאפלאן. לײכעסשסע מיכאלסהי ע״ה

passage_0c54acf6db566bda6a95020e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 971-2087

לײבעטשקען בדחן איז געװען א פאלקסטימלעכער מענטש מיט אסך הומאר און לעבן. פון פאך איז ער געװען א פויקער און אנפירער פון א קאפעלע ײדישע קלעזמער, װאם האט געשפילט אויף יידישע חתונות און שמחות, באזונדערס האט זיך לײבעטשקע אויסגעצייכנט מיט זײן בדחנות אויף די חתונות. זײנע װיצן און געגראמטע װערטלאך, װאם ער פלעגט זאגן בעת׳ן אפשפילן חתן־כלה אן בײם דרשה־געשאנק, פלעגן ארויסרופן גרויס געװײן און אויך געלעכטער. זײן הויפט חױנה האט לײבעטשקע געצויגן נישט פון בדחנות נאר פון ראװינער הויף, בײ דראהיטשין. דער פריץ פון ראװינער הויף, גענעראל מיגקאװ, האט פון לײבעטשקען שטארק געהאלטן פאר זיך פקחות און הומאר און האט אים גע־ מאכט פאר זײן, אזוי צו זאגן, האנדלס־אגענט. לײבעטשקע פלעגט אײנקויפן פארן הויף אלע נויטיקע זאכן פון שטאט און פלעגט פארקויפן די קראכמאל װאם די קראכמאל־פאבריק פון הויף האט פראדוצירט, לײבעטשקע איז אויך געװען דער ״קאלעקטאר״ פון די צינזן פארן פריץ. אין יענער צײט האט דער באד פון דער גאנצער שטאט געהערט צום פריץ מינקאװ און די ײדן פלעגן דעם פריץ צאלן צינזען.

passage_a7f9f4d9c042a216562666c8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2089-3345

לײבעטשקע פלעגט אפט ארײנפארן מיטן פריץ אין שטאט ארײן אין א קארעטע מיט 6 פערד נאשפיץ און פלעגט אנקוקן װי די ײדן און גוײם ציען די היטלעך פארן פריץ. לײבעטשקע פלעגט זיך װיצלען: ער איז אויך א פריץ׳ א ײדישער פריץ מיטן נאמען מיכאלםקי... מיטן אויסברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה״ האט די פריצטע מינקאװ פאררופן די פריצים פון ארום אויף א בארא־ טונג און עס איז באשלאסן געװארן, אז אלע פריצים פארלאזן די הויפן און פארן ארויס טיף אין רוסלאנד. אין אנװעזנהײט פון אלע פריצים, פרעגט די פריצטע מינקאװ לײבעטשקען װאם ער ■ זאגט צו דער לאגע. ענטפערט לײבעטשקע בזה הלשון: 40 יאר האט זיך דער דײטש יגעגרײט אנצופאלן אויף רוםלאנד, און פאר דער צײט האט זיך די רוםישע מאכט געגרײט אויף ארויםצושיקן טוביה׳ן פון אסעװיצער דארף׳ ר ״ לײבעמשקע מיכאלםקי׳ ע״ ה װײל ער האט נישט געטארט נײען קײן שיך פאר די פויערים. װען די דײטשן זײנען אין יאר 1915 ארײן קײן דראהי־ טשין׳ האט זיך לײבעטשקע באזעצט אין הויף ראװין און איז געװארן דער בירגערמײםטער פון דעם הויף און ארומיקן געגנט. לײבעטשקע האט אויסגענוצט זײן אמט׳ צו באזארגן תבואות און קארטאפ ל פון הויף פאר די ײדן אין שטאט. אײנמאל אין א קריםטימאס נאכט׳ האט א דײטשער אפי־

passage_c4bb8632fc69700550152280
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3347-3588

צי ר גענומען חײ ם בער׳ ן (קראװעץ) דע ם בע ל עגל ה צ ו פאר ן קײ ן ראװין. קומענדי ק קי ץ ראװי ן הא ט זי ך דע ר דײטשע ר אפיצי ר אנגע׳שיכור׳ ט או ן הא ט זי ך גענומע ן טשעפע ן צ ו חײ ם בער׳ ן: ע ר הא ט גע׳הרג׳ע ט זײ ן ״גאט״... דע ר דײט ש הא ט

passage_e4020dfa8d7b21c8fef0b32e