Original scan
Original memorial-book scan 231
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1019

פערזענלעכקײט ן און טיפן 227 מאן און דוד װאלעװעלסקי האבן אים אויסגעבארגט א סומע געל ט און ער האט צוריקאפגעבויט זיק געשעפט. צו דערזעלבער צײט האט אהרן דוד זיך אויו ר׳ אהרן דוד און באבע, ע״ה אפגעגעבן מיט קהלשער ארבעט. ער און זײן פרוי באבע׳ האבן געשטיצט תלמוד־תורה׳ס, איז געװען גבאי פון חברה ״חײ־אדם״ און ״עין־יעקב״ אין אלטן בית־מדרש. עס איז אויך געװען זײן חזקה ביי יעדן סיום פון די חברות אײנצוארדענען א סעודת־מצוה, פאר װעלכע זײן פרוי, באבע, פלעגט אנבאקן און אנקאכן פון דאס בעסטע, די קאפלאנס זײנען בײדע געשטארבן אין דער טיפוס־עפידעמיע אין 1915: אהרן־דוד — אין יום־כיפור, אלט געװע ן 63 יאר, און באכע — ,ערב סוכות, צו 54 יאר. די קאפלאנס האבן געהאט עטליכע קינדער; מאריס, אליעזר־משוה, יהודה און חײם (געשטארבן); עני איז טעטיק אין ארבעטער־רינג אין נױ־יארק און שטיצט די ײדישע ליטעראטור: פלארע און שרה לעבן אין קאנאדע; און גדליה קאפלאן אין נױ־יארק. ג.ק. ברוך אברהם װאלינסקי ע״ה

passage_ee26a1cd4d5e05061adb74d8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1021-2174

ברוך אברהם װאלינסקי, אדער ״ברוך הארלעװיטשער״, װי מען האט אים גערופן, איז געבוירן געװארן אין אנטאפאליע אין יאר 1804 און האט זוכה געװען אנצוציען א טיפן עלטער פון 113 יאר אין כבוד און אין נחת פון 5 דורות קינדער, אין די יונגערע יארן האט ר׳ ברוד װאלינסקי געהאלטן א שײנקל אין אנטאפאליע. אבער די פרנסה האט נישט געקלעקט צו באשפייזן זײן גרויסע פאמיליע. איז ער ארויסגעפארן אין דארף הארלעװיטש (בײ דראהיטשין), װו ער האט אנגעפירט זיץ האנדל מיט די פויערים און האט געהאט שײן פרנסה. מיט א צייט שפעטער איז דער פריץ פון הארלעװיטשער הויף דורכגעפארן דעם דארף און האט זיך אפגעשטעלט בײ ר׳ ברוך׳ס הויז. דער פריץ האט פארגעשל^ן ברוך׳ן אן אמט בײ אים אין פאלאץ אנצופירן מיט די ביכער. אזוי װי װא־ לינסקי האט געקענט שרײבן רוסיש און פויליש האט ער גלײך אנגענומען דעם אמט און איז מיט דער צייט געװארן דער הויפט־פארװאלטער פון גאנצן הויף. דאס איז געװען שפעטער, װען דער פריץ (א פאליאק) איז געװען געצװונגען צו אנטלויפן קײן פאריז, װײל ער איז געװען פארמישט אין ״מאטיעזש״ (אויפשטאג ד פון די פאליאקן קעגן דער צארישער מאכט).

passage_4e0b802d64ae9c8ac7769f4a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2176-3124

ר׳ ברוך װאלינסקי האט אויך אויסגעפועלט בײם פריץ אפצושאפן די ״פאנסטשיזנע״, דאס שמײסן די פויערים פאר יעדער קלײניקײט, און האט זיך מיט דעם אײנגעקויפט די ״פרײנטשאפט״ פון די פויערים, אבער נישט אויף לאנג. װי נאר עס איז ארויס די צארישע גזירה ארויסצוטרײבן די אידן פון די דערפער, האבן די זעלבע ״פרײנטלעכע״ פויערים באפאלן ר׳ ברוך׳ם הויז און אויסגערויבט זיק גאנצן פארמעגן. און ר׳ ברוך איז געבליבן בעירם ובחםר כל, ברוך װאלינסקי איז דאן געקומען צום בארימטן ^טא־ פאליער רב און צדיק ר׳ פנחס מיכאל נאך אן עצה, וואס זאל •! 1 1 ר׳ ברוך אברהם װאלינסקי, ע״ה ער דא טאן האט אים פנחס מיכאל געראטן, אז ער זאל פארן קײן אמעריקע. זאגט צו אים ברוך װאלינסקי: רבי, טײערער, קײן אמעריקע פארן דאך נאר פארברעכער, טא װי קום איך אהין האט אים פנחם מיכאל געענטפערט: איך הײס דיר דו זאלסט פארן קײן אמעריקע און דו װעסט דארט מצליח זײן.

passage_2dbcfb24f406b53e27e807ad