226 דראהיטשין צני רײפוס ע״ה ה^5 רש לדער רופא, װי מען האט אים גערופן, א הויכ־ געװיקמיקערײד מיט א ברײטער, לאנגער, װײסער בארד, א פאר געדיכטע ברעמען איבער די אויגן, מיט א לאנגען גראבן שטעקן,— האט אויסערלעך געמאכט דעם איינדרוק פון א בית ײדן, א קפדן, אבער אינערלעך האט הערשל פאר־ מאגט א גוטע װײכע הארץ, און א קרי־ שטאל רײנע נשמה. הערשל דער רופא האט ליב געהאט צו טאן טובות און צו העלפן ארעמע, נויט־ לײדנדיקע ײדן. װען ער האט געהערט אז אמנער געפינט זיך אין א געדריקטער לאגע והאט הערשל אים אװעקגעטראגן א פאר רובל און גע־ זאגט צו אים, אז דאס גיט ער אים בתורת הלואה. אבער הערשל האט שטענדיק פארגעסן אויפצומאנען די הלואות. זײן הויז איז געװען אפן פאר אורחים און משולחים. זײן עקרת הבית, זײן פרוי פרײדע, פלעגט יעדן פרייטיק באקן חלה און צעטראגן עס צו די ארעמע, אװעקלײגנדיק בײ זײערע טירן. די דראהיטשינער ארעמעלײט פלעגן זיך אנבעטן אויף שבת צו ר׳ הערשלען, װײל זײ האבן געװוסט, אז רוערשל׳ס פרוי, פרײדע, וועט זײ צוגרײטן א גוטע סעודה. דודל קלעפאק פון כאמםק, פלעגט זיך שטענדיק אפשטעלן מיט זײן פיש־ ױאגן בײ דער שטוב און איבערלאזן פאר הערשלען מיט זײנע אורחים די בעסטע און גרעסטע פיש לכבוד שבת. בײ ר׳ הערשלען איז געװען א כבוד צו האבן בײ זיץ שבת׳דיקן טיש בני־תורה.
ר׳ הערשל האט אויך געהיילט קראנקע. ער האט געהאט א חדר מיוחד, װאו עס האבן זיך געפונען פיל פלעשעלעך מיט מעדיצין, א גאנצער אפטײק, הערשל פלעגט אלײן מאכן רע־ צעפטן. אזוי, למשל, איז געווען באװוםט זײן רפואה פון געשטויסענע מאנדלען אין סירופ פאר הוסטנדיקע. הערשל פלעגט מאכן פארשײדענע מאשטשן צו היילן װונדן. ר׳ הערשל מיט פרײדן פלעגן אויך שטעלן באנקעױן און פיאװקעס. ער האט זײן הײלונג־בארוף געהאלטן פאר א הײליקער מצוה. ר׳ הערשל פלעגט הײלן ניט נאר ײדן נאר אויך גוײם. די פויערים פון די ארומיקע דערפער פלעגן קומען צו הערש־ לען, אדער אים נעמען אין דארף אריץ, אז ער זאל זײ הײלן מיט זײנע באבמסקע רפואות, און דערפאר פלעגן די פויערים אים מיטגעבן זעק מיט קארטאפלעך און תבואות. אבער הערשל פלעגט דאם אלעס צעטײלן צו די ארעמע אין שטאט. אײנמאל האט הערשל געשטעלט געהאקטע באנקעױן א דארף־פויערטע. מיט א פאר טעג שפעטער איז די פויער־ טע געשטארבן. איר מאן, דער פויער, האט אנגעקלאגט הערש־ לן אין געריכט, אז ער איז שולדיק אין זיץ פרויס טויט. הערשלען האט געדראט א גרויסע שטראף פאר פראקטיצירן מעדיצין אן א דיפלאם, פארן גיץ צום ״אקרוזשנאי םוד״, איז הערשל׳ם פרוי געפאהרן צום סלאנימער רב, ר׳ מרדכי׳לע, נאך א ברכה. ר׳ מרדכי׳לע האט איר פארזיכערט, אז איר מאן הערשל װעט באפרייט װערן. אין געריכט האט דער פראקוראר געפאדערט פאר הערש־
לען 30 יאר קאטארגע. באלד האט זיך אויפגעשטעלט א קלײן שיקםל און דערקלערט, אז זי האט על פי טעות אײנ־ געגעבן דער קראנקער פויערטע קארבאליקעםיד און פון דעם איז זי געשטארבן. גאטירלעך, ר׳ הערשל איז אויפן ארט באפרײט געווארן. ווען הערשל איז צוריקגעקומען א באפרײטער פון ״סוד״, האט ער צעבראכן אלע פלעשלעך און םלאיעקעם מיט רפואות און האט זיך די לעצטע יארן אפגעגעבן בלויז מיט קהל׳שער ארבעט. ר׳ הערשל האט דערגרײכט אן עלטער פון 80 יאר. אין יאר 1915 (1טן נאװעמבער), איז הערשל דער רופא אויפן דראהיטשינער בית עולם געקומען צו זײן אײביקער רוה. גדלי ה קאפלאן. אהרודװה8פל8ן ע״ה אהרן דוד קאפלאן איז געבוירן און דערצויגן געווארן אין פינםק. נאך זײן חתונה מיט באבען, די טאכטער פון ר׳ צבי רײפוס (באקאנט אלס ״הערשל דער רופא״), האט ער זיך אײנגעארדנט בײ זײן פראפעסיע אין דראהיטשין, איז געווען די גאנצע יארן א נהנה מיגיע־כפױ. יעדן זומער פלעגט ער פארן אויף ירידים קיץ באלטע און יארמעליגעץ און אויפ־ קויפן דארט קראקולן פאר גארבוזן פון פינםק׳, װי אויד פאר זײן אײגענער ״מאיםטערםקאיע״ אין דראהיטשין, װו ער פלעגט פראדוצירן היטלעך פאר פויערים. אין דער גרויסער שרפה, שמיני עצרת, 1905, האט אהרן־
דוד פארלוירן זײן גאנצן פארמעגן, ער איז דאן אװעקגעפארן, מיט זײנע טעכטער, שרה און חנה׳ קײץ אמעריקע. ער האט אבער צוליב פרומקײט ניט געקענט פארבלײבן אין נײעם לאנד און איז צוריקגעפארן קײץ דראהיטשין. שמשון גאלד־ ר׳ צבי רײפוס, ע״ה