Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 243
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1408

אהרן לאשינסקי ל׳׳ה אהרן לאשינסקי, באקאנט אלס ״ארע פאלק׳ם״ / איז מבטן ומלדה געװען א דראהיטשינער. ר׳ אהרן װעמענס פאט ר ־ אהרן און הננטקע לאשינסקי, ע״ה האט געהײםן פאלק, איז געװען א טיפ פון דעם גאר אלטן דור און א שם דבר אין שטאט. אין די יונגערע יארן האט ר׳ אהרן אנגעפירט מיט א הדר און געקנעלט מיט די קינדער א פרשה חומש מיט רש״י. שפעטער איז ער געװארן שמש אין גאס־בית־המדרש און דערבײ איז ער שוין פארבליבן כל ימױ. ר׳ אהרן איז נישט געװען סתם א שמש, נאר א משמש בקודש. ער איז אין גאס־בית־מדרש געװען בעל־תפלה, בעל־ קורא און בעל־תוקע. ארע פאלק׳ם איז געװען די הארץ פון גאס־בית־המדרש און ײדן האבן געהאט פאר אים דרך ארץ. װען ארע פאלק׳ם פלעגט צוגײן צום עמוד אין ראש־השנה און אויסשרײען ״המלך״, האבן די מתפללים יפון שזהל דער־ פילט א ציטער אין די בײנער. ער פלעגט זײן דאװנעז אויס־ װײנען מיט קולות וברקים. דאס זעלבע װען ארע פלעגט זאגן קינות אין תשעה־באב, האט מען ממש אנגעפילט דעם חורבן אין שוהל. ער פלעגט אויך אפריכטן ״הצות״ נאך דעם חורבן בית־המקדש. אין זײן פריװאטן לעבן איז ר׳ אהרן געװען א מסתפק במועט און א שמח בחלקו. אין דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען דער גאס־בית־ המדרש איז פארברענט געװארן, האט ארע פאלק׳ס דערשפירט װי דער בית־המקדש װאלט חרוב געװארן בימיו און דער קװאל פון זײן גײסטיקער חיות האט אויסגעטריקנט...

passage_b7d408621cd68979820c61c3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1410-2750

תשעה־באב, 1921, אין אלטער פו ן 85 יאר, האט ער פאלק׳ס אויסגעהויכט זיץ נשמה... ר׳ אהרנ׳ם פרוי, העסקע, (א טאכטער פון ר׳ גרשון און ליבע), איז געשטארבן כסלו, 1913. די לאשינםקיס האבן געהאט פיר קינדער: לײזער לאשינםקי, אהרנ׳ס א זון, האט פיל יארן געלעבט אין שיקאגא און זיך אפגעגעבן מיט כלל־טוערײ. איז געווען און טיפן 239 לײזער און מיני לאשינסקי, ע״ה אן אקטױוער חבר פון קהילת־יעקב־שוהל און תלמוד־תורה און פון דראהיטשינער הילפס־פאראיק. לייזער איז געשטארבן ו׳ חנוכה, 1950. ליתערם פרוי, מינע, איז געשטארבן 18טן ױלי, 1935. אברהם לאשינסקי, אהרנ׳ס א זון, איז אוי ך געש^טאדב ן אין שיקאגא אין 1947. א טאכטער, םירקע, איז געשטארבן אין דראהיטשין ה׳ ניםן, 1905, בערך. א טאכטער אסתר־יאםפע דרוקער, איז געשטארבן אין דראהיטשין י״ב טבת, 1917. אסתר־יאספע ס מאן, מרדכי־בער דרוקער, איז געשטארבן אין דראהיטשין כ״ה אלול׳ 1928. די דרוקערס האבן געהאט 8 קינדער: צאלקע (אומגעקומען מיט זײן פאמילי אין דראהיטשין). פאלק (געשטארבן אין דראהיטשין). לאנע (געשטארבן אין דראהיטשין. איר פאמילי — אומגעקומען). לאצא (אומגעקומען מיט איר פאמילי אין פינסק). חײטשע (אומגעקומען מיט איר פאמילי אין מאטעלע). חײם דרוקער און שװעמטער םירקע (רעזניק) און ליבע (גאלדבערג) מיט זײערע פאמיליעם לעבן אין שיקאגע.

passage_df0210183a32884b67591f5e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2752-2940

זײדל (מאיר יצחק) און העניע שטײנבערג און קינדער (פ.ר.): מרדכי, פײגל, הערשל און מנחם (ד״ר). זײדLs יארצײט איז ב׳ ראש השנה (1943). אנדערע אחוץ צבי לעבן אין שיקאגא

passage_db0ceae312f51c4af8478072