Original scan
Original memorial-book scan 246
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1233

242 דראהיטשין ליפמאן און כײלע אײזנשטײן ע״ה ליטמאן אײזענשטײן, זון פון ר׳ הערשל און רײכל און א געאגטער קרוב פון הרב ר׳ אברהם אײזענשטיק (ז.ז. 118), איז געבוירן 1859 אין דראהיטשין און באקומען זײן חינוך אין חדר. אין 1885 בערך האט ליטמאן געהײראט מיט בײלע, די בײלע, ליטמאנס פרוי, האט געהאט אגזען און אײנפלוּס אין איר סביבה. האט שטענדיג אויסגעשטרעקט א האנט צו׳ם ארעמען און געדריקטן. ספעציעל האט זי זיך אפגעגעבן מיטן חינוך פון אירע קינדעֶר און באמיט צו דערציען זײ אין ר׳ ליטמאן אײזענשטײן, ע״ה טאכטער פון ר׳ זלמן און רחל פון סובאט (א דארף לעבן דרא־ היטשין), און האט זיך פארנומען מיט מסחר. אין 1890 איז אײזענשטײן געקומען קײן אמעריקע, ער האט אבער דא לאנג ניט געזוימט און איז צוריקגעפארן קײן דראהיטשין. אין די מלחמה־יארן (1914־1919) האבן די איתענשטײנס געשטיצט נויטבאדערפטיקע, קרובים און פרעמדע, מיט ברויט און קארטפל, פאר דערזעלבער צייט איז ר׳ ליטמאן אויך גע־ ווען טעטיק אין דער חברה קדישה און געהאלפן צו טאן דאס רעכט צו די קרבנות פון דער טיפוס־עפידעמיע, ל״ע. אין 1920 איז ל. איהענשטײן געקומען מיט זיץ פאמיליע קײן שיקאגא און געמאכט דא זײן שטענדיקע הײם.

passage_58af748af91f6cb18ab94cd7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1235-2336

ליטמאן, װעלכער איז געװען שטארק באװירקט פון דעם הײמישן טראדיציאנעלן לעבן, האט זיך אויסגעלעבט אין דער סביבה פון אײגענעם לאנדסלײט און בית המדרש אין שיקאגא. ר׳ ליטמאן איז געשטארבן א׳ ראש השנה, 1928. בײלע אײזענשטײן, ע״ה ײדישן גײסט. די לעצטע יארן, דערצײלט מען, איז איר מאמישע הארץ אויסגעגאנגען פון בענקעגיש נאך איר על־ טערן זון, אלטער, װעלכער איז גאר ױנג אװעקגעפארן קײן אמעריקע, און זי האט געהאפט צו זען אים נאך אמאל. בײלעם פארלאנג איז דערפילט געװארן. זי איז געקומען קײן שיקאגא און מיט א יאר שפעטער האט זי מיט איר מאן ליטמאן געפירט איר זון אלטער צו דער חופה. אבער, לײדער׳ אין דער זעלבער שמחה־נאכט האט בײלע געכאפט א לונגען־ ענטצינדונג און אין קורצן נאכדעם געשטארבן, — י״ט שבט, 1922, אין עלטער פון 56 יאר. די אײזענשטנ־ם האבן געהאט 5 קינדער: אלטער (אריזאנא), אברהם, דוד, רחל און ױסף אין שיקאגא. ר׳ ליטמאן האט אויך געהאט צװײ ברידער: ר׳ דוד און ר׳ ױדל און א שװעסטער חיה־דאבע. די לעצטע איז גע־ שטארבן מיט 13 יאר צוריק אין שיקאגא אין עלטער פון 88.

passage_5254564f69a6da1538b854e5