Original scan
Original memorial-book scan 247
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1437

243 פערזענלעכקייטן און טיפן דוד אײזענשטײן ע״ה דוד אײזענשטײן, זון פון ר׳ דערשל און רײכל אוז א נאענטע קרוב פון הרב ר׳ אברהם אײזענשטײן(ז. 118), איז געבוירן תר״י — 1849 אין דראהיטשין. נאך זײן הײראט מיט חיה־ גיטל װארשאװסקי, האט ער זיך פאר־ נומען מיט מסחר • ער האט אבער נישט אויסגעארבעט קײן חיונה פאר זײן פא־ מיליע פון 6 קינדער. מאכט זיך א צופאל, א פריץ איז גע־ קומען עפעס קויפן אין קראם בײ דעם אלטן חאצקל װאלעװעלסקי. פארלאזנדיק ר׳ דוד אײזנשטײן די קראם און ארויפשטייגנדיק אויף זײן ע״ה בריטשקע האט ער ארויסגעלאזט א בײטל און איז אװעקגעפארן. די ײדן װאס זײנען געשטאנען דער־ נעבן און געװוסט װעגן דודס לאגע, האבן אים געהײסן אויפ־ הויבן די בײטעלע. דוד איז געלאפן מיטן א^צר אהײם און אפגעצײלט 85 רובל. דער פריץ איז געװען פאר אים ממש א שליח פון ג״ט. אויף מארגן איז דער פריץ צוריקגעקומען אין שטאט זוכן זײן פארלוירענע בײטעלע. װען די ײדן האבן וויוייןייי י |ײ|■|*:י | טאכטער, מחמער און אײניקל, יצחק טויכע קאפלאן־קאן גיטל װארשאװסקי געשט. צו 40 יאר בערך אסרו־חג, פסח, 1919 (זען ■ן״ט 95) ישןןיד וב״ר ישראל געשט, צו 80 יאר בערך כ״ה שבט, 1916 (זען זײט 88) כרוך װארשאװפקי מאן פון גיטל, געשט. י״ט טבת, 1905. ז, ז. 117, 193 און 247 טויבעס מאן, ישעיה־יאסל, און די קינדער: יצחק און אליה קאן, רחל ערמאן און פאמיליעס געפינען זיך אין נױ־יארק,

passage_3c5b2d490f926d16ca6da5d8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1439-2862

אײם דערצײלט, אז דאס געלט האט געפונען אן ארעמער ײד, װעלכער װיל פארן קײן אמעריקע, האט דער פריץ געענט־פערט: זאל ער פארן געזונט... און דוד איז אװעקגעפארן. פיר מאל איז אײזענשטײן געפארן קײן אמעריקע אח איז צוריקגעקומען קײן דראהיטשין. ער האט שוין געהאט דא אין שיקאגא זײן פרוי און אלע קינדער אבער איתענשטײנען האט געצויגן צוריק צו דער אלטער הײם, צום בית־מדרש און צום ײדישן לעבן אין שטעטל. אין 1932, נאך דעם טזיט פון זײן פרוי, איז ר׳ דוד צוריק־געפארן צום פערטן מאל קײן דראהיטשין, מיטן צװעק צו פארקויפן זײן מויער אין שטעטל און פארן קײן ארץ ישראל. ער איז אבער שוין פארבליבן אין דראהיטשין. אין א פרײ־טאג־צו־נאכט נאך קידוש איז ר׳ דוד אין עלטער פון 88 יאר אויסגעגאנגען. דאם איז געװען ט״ז כסלו תרצ״ח — 1938. חיד־ו־גיטיד־■ איתעגשטײן, פרוי פון ר׳ דוד אײזענשטײן, איז געבוירן תר״ג, 1852 אין דראהיטשין. איר פאטער, ר׳ ישראל ברוך װארשאװםקי, איז װי די מסורה גײט, געװען אן אײ־ניקל פון דעם באװאוסט גאון און מקובל ר׳ דוד׳ל יפד״ זצ״ל. חיה־גיטל, אן אשה צנועהד״ האט זיך שטארק ^־געגעבן מיט דערציען אירע קינדער אין ײדישן גײסט. אין יאר 1920 איז חיה־גיטל אריבערגעקומען קײן שיקאגא צו איר מאן און קינדער. מיט איר איז אויך גע־קומען איר טאכטער רײכל חיה גיטל אײזענשטײן, ע״ה און קינדער צו איר מאן יצחק אײזענשטײן, געװען דא א תושב.

passage_5f4315afd473cde0de5eb49a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2864-3622

היה־גיטל, װעלכע האט גענאםן פיל דרך־ארץ פון אירע קינדער און לאנדסלײט, איז געשטארבן אין עלטער פון 77 יאר, כ״ו תמוז׳ תר״ץ — 1930. די אײזענשטײנס, װי ■ געזאגט, האבן געהאט זעקס קינ־ דער: אליהו (געשטארבן אין שיקאגע), ליפמאן, ישראל־ברוך, לײזער, אברהם און רײכל אײזענשטײן, אלע תושבים פון שיקאגע. (זען זײטן 191 און 212). פרײדל אײזפנשטײן מ״ה פרײדל אײזענשטײן, טאכטער פון חײם־ליב און אסתר קראװעץ, איז געבארן 1884 אין פרוזשאני און באקומען א רעליגיעז־נאציאנאלע דערציאוע. א׳ אלול, 1907, האט זי געהײראט פאר ישראל ברוך אײזענשטיין. פרײדל איז געװען שיח׳ קלוג, געקענט העברעאיש און רוסיש האט זי געהאלפן ישראל ברוך׳ן פיר ן זי ח קלאם. דעצעמבער 1912 איז ישראל ברוך אװעקגעפארן קי ח

passage_9db916f279a03bd1d1de98b3