Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 251
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1364

פערזענלעכקײט און טיפן 247 דו ד פײגל פרומע־גיטל װ 8 רש 8 װסקי הי״ד מצװת־מעשױת. מײן פאטער איז בײגעשטאנען גרויסע נסױנות בײם אפהיטן זײן ײדישקײט... דער גורל האט געװאלט, אז מײן פאטער זאל דינען דעם רוסישן צאר א פינף יאר און ער האט זיך קײן אײנמאל נישט מאכל־טריפה געװען. ער איז געװארן געפאטשט פון פעלדפעבל פאר נישט דו ב (אויבן) ר׳ דוד װארשאװיסקי פרומע־גיטל װארשאװסקי פײגל ישעיה (מיטן) מיט א הײליקן ציטער אין הארץ שרײב איך די דאזיקע שורות, װעלכע װעלן דינען אלס מצבה נאך מײן פאטער, מוטער און ױנגע שװעסטערל; א מצבה פון יידישע אותיות, אין װעלכע עס ״ליגן װיפיל טרערן און װיפיל געװײט״... מײן פאטער, ר׳ דוד, איז געבוירן 1879 בערך אין דראהיטשין צו זײנע עלטערן ר׳ ישעיה און גיטל. פון זײן פאטערס צד האט ער אפגעשטאמט אין א גלײכער ליניע פון דעם װעלט־גאון און בעל־מקובל ר׳ דוד׳ל יפה זצ״ל. מײן מוטער, פײגל, איז געבוירן 1888 בערך אין מאטעלע (פינסק) צו אירע עלטערן ר׳ זעליג און פרהמע אנטאפאלסקי, װעלכע זײנען געױען אן אפשטאם פון א פארצװײגטער אר־ טאדאקסישער משפחה אין מאטעלע, יאנאװע און אנטאפאליע. מײן אײנציקע שװעסטערל, פרומע־גיטל, איז געבוירן ט׳ שבט, תרפ״ד — 15טן יאנואר, 1924, אין דראהיטשין. װען די דײטשישע רוצחים האבן איר מיט די עלטערן דער׳הרג׳עט איז זי אלט געװען 17 יאר... הי״ד!

passage_18bc578271358e3fca36bfd9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1366-2508

מײן פאטער, הי״ד, האט באזעסן זײער א שטארקן כאראק־ טער און איז גלײכצײטיק געװען א גרויסער בעל־רגש און ירא־שמים. מען קען אויף אים זאגן, אז ער האט אפגעהיט און מקײס געװען (אויף װיפיל א מענטש איז בכ ^כמעט אלע װעלן עסן פון קעסל, אבער ער האט זײנס אויסגעפירט. ער האט פאר א צײט געגעסן ברויט מיט װאסער און נישט טועם געװען קײן טריפה. ביז ער האט מיט ג־טס הילף געקראגט די מעגלעכקײט צו גײן אלע טאג אין שטאט (בערדיטתזעװ) און עסן כשרס. װען ער איז געשטאנען אויף ״װארטע״ אין דער קאזארמע האט ער א גאנצע נאכט געזאגט תהלים... מײן פאטער האט מיט יארן צוריק געלעבט אין שיקאגא דרײ יאר. ער האט געקעמפט און נישט אנגערירט דעם שבת'. ער האט אין אמעריקע געקענט מאכן א שײנעם לעבן און איז צוריקגעפארן אהײם, מתמת ער האט געהאלטן אז אין אמע־ ריקע קען מען נישט דערציען די קינדער אין יידישן גייסט. דאס גאנצע געלד כמעט האט מײן פאטער אויסגעגעבן אויפן חינוך. ער האט פאר אונז (פאר מיר און מײן ברודער) געהאלטן די בעסטע און טײערסטע מלמדים און גמרא־רבײם. שפעטער, װען מיר זײנען אװעקגעפארן לערנען אין די ישיבות

passage_df2a4db303cb4ffa5b49c826